חסידי סקווירא אין אנטווערפען לעבן מיט ימי הוד ביי קורצן באזוך פון הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי בנו הצעיר פון האד' מסקווירא
- Bechatzros admin
- 18 בפבר׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 18 בפבר׳
דינסטאג פ' משפטים • כ' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

פארגאנגענער וואך האבן סקווירא חסידים אין אנטווערפען בעלגיע מקבל פנים געוועהן דעם חשובן גאסט הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט און האט בשליחות הקודש באשיינט א רייע כינוסי קודש און ראם פונעם מבצע 'קדשינו' וואו חסידי סקווירא בכל רחבי תבל האבן מקבל געוועהן הייליגע קבלות קעגן די פגעי הטעכנאלאגיע און עניני צניעות, די אסיפות האבן געדינט אלס מעמדי הכנה שטייענדיג בלויז אייניגע טעג אפגערוקט פונעם היסטארישן חגיגת הכנסת ספר תורה דורך עדת חסידי סקווירא.
ביים אנקומען אין שטאט האט דער גאסט הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א באזוכט ביי די רבני העיר ובראשם דער מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א וועלכער האט אויפגענימען דעם אורח בכבוד הראוי. אין לויף פון די קורצע באזוך האט הרב חיים מאיר באזוכט ביים שטח הבנייה פונעם נייעם ביהמ"ד דחסידי סקווירא אין אנטווערפען וואס האלט שוין אין די טיפע פאזעס, ווי אויך האט ער איבערגעגעבן א שמועס פאר די אברכי הכולל כהכנה דרבה צו די ימי החגיגה.
די מעמדי קדשינו זענען געוועהן איינגעטיילט אין דריי באזונדערע אסיפות, דער ערשטע אסיפה 'והופע שכינתך' געווידמעט פאר אלע חברי הקהילה, א באזונדערע צוזאמקום 'והכן לבבם' פאר די בחורים, און די מעמד 'ורוממתנו' פאר די קינדער צעירי הצאן. הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א האט אויפגעטרעטן ביי יעדע פון די אסיפות פאר די חסידים פון אלע יאהרגענג און האט איבערגעגעבן די ברכת הקודש פון מר אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס דער רבי האט ספעציעל געשיקט צו די כינוסים לשם שמים.
































תגובות