top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק • מאסן אנלויפעניש ביי געהויבענער זאת חנוכה טיש בחצר הקודש לעלוב

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 6 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 6 בינו׳

מאנטאג פ' ויחי • ו' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: ארי פריינד, JDN


שווערע הונדערטער אידן האבן דעם ליל שישי מוצאי זאת חנוכה באלאגערט די לעלובער ביהמ"ד אויף די 18'טע עוועניו אין בארא פארק ביים עריכת שולחן הטהור בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, זייענדיג פון די זמנים מיוחדים אין די לעלובער הויף ווען פילע אידן נוצן אויס די געלעגנהייט זיך מסתופף צו זיין בצלו הטהור און נהנה זיין פון דעם גרויסן אור.


ווי נאר דער רבי איז אריינגעקומען נאכן זמן רבינו תם האט זיך אנטוויקלט א מאסן אנלויפעניש פון הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, וואס זענען געקומען צו גיין לאנגע שטרעקעס פון אלע עקן שטאט. דער רבי האט טועם געוועהן פון די מזונות און געטרינקען לחיים. דערנאך האט דער רבי געהייסן אויפגעבן פונעם 'פאמש' משקה כנהוג בחצרות קארלין און לעלוב אום זאת חנוכה, און געהייסן זינגען פרייליכע ניגונים לכבוד היום ווען דער רבי איז מעודד די ניגונים מיט גרויס דביקות.


וואו דער מנהג אין לעלוב האט דער רבי געצינדן די מנורה בשעתן טיש מוצאי זאת חנוכה, און דאן פארברענט די פתילות און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב. נאכן מעמד האט דער רבי פארטיילט חנוכה געלט פאר די פילקעפיגער ציבור, און דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד בשעת די חסידים האבן ממש געוועהן די ריקודין ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page