דאנערשטאג חיי שרה • כ' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילד קרעידט: שלומי טריכטר
אין די יעצטיגע שעות טוען זיך הונדערטער בני ציון היקרים אין ירושלים עיה"ק פארזאמלען אויף שטורמישע מחאות נמרצות מוחה צו זיין קעגן די שאנדפולע מעשי רשע דורכ'ן ציוניסטישע ראבינאט וואס האט זיך פריש פארמאסטן פוגע צו זיין בכבודו הרם פון האי גאון וצדיק כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א, וועלכער ווערט שוין ליידער פארהאלטן אין ארץ ישראל, אונטער א 'צו עיכוב', און שוין איבער צוויי-אהאלב חדשים פארהאלטן אין ארץ ישראל.
די נידערטרעכטיגע געשעעניש האט זיך אפגעשפילט דעם היינטיגן מאנטאג פארטאגס, ווען דער רב שליט"א האט זיך געפינען אין לופטפעלד, זיך גרייטנדיג ארויסצופארן פון לאנד, אבער צום גרויס ווייטאג און צער פונעם יהדות החרדית האבן זיך די עושי רשעה דערקייקלט צו א פרישע שטאנד פון מבזה זיין כבוד התורה מיט א ביליגע עזות און חוצפה, נעמענדיג דעם רב שליט"א אין ארעסט, אויפ'ן איינציגן זינד פון נישט איינשטימען צו די חוקי סדום ועמורה דורכ'ן ציוניסטישן ראבינאט.
בעזות מצח האבן די סאדיסטישע פאליציי דאן געפירט דעם רב שליט"א צום הויפטקווארטיר פונעם ראבינאט אין ירושלים, וואו דער רב איז ליידער געצווינגען געווארן אפצוגעבן דין וחשבון איבער דעם שווערן פאל אין וואס דער רב שליט"א איז פארמישט.
ספאנטאן האבן זיך גרופירט מאסן שלומי אמוני ישראל, ובפרט די הונדערטער חסידים ומעריצים פונעם רב שליט"א, אויף שטורמישע מחאות וואס קומען פאר אין עטליכע ערטער, ובפרט ביים ראבינאט הויפטקווארטיר, אויסשרייענדיג בקול זעקה גדולה ומרה אויף די אומדערהערטע בזיון כבוד התורה ווען ספר תורה שרוי בצער, אפהאלטנדיג דעם רב שליט"א פון אהיימפארן צו זיין משפחה און בני קהילתו.
Comentarios