מאנטאג וזאת הברכה ב' • י"ב תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן מאנטאג ממחרת יום הכיפורים איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזות ופתיחת שערים פארן נייעם ביהמ"ד דחסידי ספינקא אין שכונת רמה ד' - 4 און שטאט בית שמש, בנישאות ובהדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א על ישראל הדרתו אין בני ברק ובראשות בנו חביבו הגה"צ ר' יחיאל יהושע ווייס אב"ד ספינקא רמה ד' בית שמש. דאס ביהמ"ד אנטשפרעכט צו זיין א פינת יקרת פאר חסידי ספינקא המקשורים לאילנא דחיי און ספעציעל פאר די אינגעלייט וואס האבן זיך אריבערגעצויגן צום נייעם בליענדן שכונת רמה ד'.
די רבי שליט"א האט באלד ביים אנגקומען קובע געווהן די מזוזה ביים אריינגאנג צום ביהמ"ד און דערנאך מעריך געוועהן א שולחן לחיים לכבוד המאורע. דערנאך האט די רבי משמיע געוועהן דברות קודש מעניני דיומא און דערביי איבערגעלאזט טללי ברכות פאר די מתפללי הביהמ"ד ובראשם בנו חביבו הגה"צ ר' יחיאל יהושע שליט"א דער רב הקהילה און פאר העסקן הרב חנוך דרענגער סגן ראש העיר בית שמש וואס האט אסאך צוגעהאלפן צושטאנד צו ברענגען דעם ביהמ"ד. ביים ענדע פונעם מעמד האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה און די רבי האט געדאווענט מעריב אינעם נייעם ביהמ''ד.
Comments