top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי יוניאן גרייטן זיך צום געהויבענעם שבת של שמחה בצל כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט א רגש של שמחה וקדושה גרייטן זיך תושבי יוניאן בכלל, ובפרט חסידי באבוב-45 צום געהויבענעם שבת וואס מען וועט היינטיגן שבת האבן די זכי' מיטצוהאלטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וואס וועט פראווען דעם שבת אין דעם שיינעם ישוב.


דער ישוב אין יוניאן, ניו דזשורזי האט אין די לעצטע יארן זיך שטארק פארברייטערט, ובפרט מיט א גרויסער ציבור חסידי באבוב 45 וואס זענען ארגאניזירט צוזאמען כאיש אחד בלב אחד, אונטער די הדרכה פונעם מנהיג העדה דער רבי שליט"א, ובהנהלתו פון חתנו כבנו הגה"צ רבי חיים ברוך הלברשטאם שליט"א וואס איז נתמנה געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א לעמוד בראש העדה, פאר די הצלחה פון די שיינע פרישע בליענדע קהלה און מוסדות אין די שטאט. אצינד גרייט מען זיך צו די גרויסע שמחה, שמחת הנישואין פון החתן אייניקל פון רבי'ן שליט"א א זוהן פון חדב"ן הגה"צ רבי חיים ברוך שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק בית אברהם שליט"א עב"ג הכלה תחי' טאכטער פון הגה"צ רבי חיים אלי' טייטלבוים שליט"א אבד"ק קאריץ, וואס וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן קומענדיגן דינסטאג, ג' פרשת ויצא אין באבוב 45'ער הויף אין בארא פארק.


לרגל השמחה וועט דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45- שליט"א פראווען דעם שבת של שמחה שבת עליית החתן לתורה בקרב עדת החסידים אין יוניאן, וואו דער ציבור חסידים וועלן האבן די געלעגענהייט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש, און מיטצוהאלטן די שמחה'דיגע מאמענטן במשך דעם גאַַנצן שבת און מוצאי שבת. א גרויסער שאטער איז געווארן אויפגעשטעלט פאר די תפילות און טישן און אזוי אויך די שמחת הפארשפיל במוצאי יום גילה, אלס טייל פונעם אש"ל אפאראט צו קענען מסדר זיין די פילע געסט מיט אכסניות, האט דער וועד הכנסת אורחים דקהל באבוב 45 אין בארא פארק אראפגעשיקט הונדערטער מאטראצן קיין יוניאן צו קענען פלאצירן די געסט אין די בניני המוסדות אין שטאט.

תגובות


bottom of page