מאנטאג וזאת הברכה ב' • י"ב תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

פאלאפענעם וואך עשרת ימי תשובה איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד "חלוקת חסדי קרן ויואל משה" דורכן קופת הגאב"ד מיסודו פון מרן הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טוביה, די מעמד איז פארגעקומען אין די "בניני זופניק" של העדה החרדית במעמד מרנן ורבנן חברי הביד"צ העדה החרדית שליט"א, וועלכע האבן איבערגעגעבן די קאנווערטן לידי די צענדליגער גבאי הקהלות בארץ הקודש, וואס האט אויפגעראכטן מיט א שמחת יו"ט טויזנטער נפשות פון ארימע משפחות אין ארה"ק. א גרויס טייל פון דער חלוקה, וואס האט באטראפן די ריזיגע סומע פון איבער איינס און א-האלב מיליאן דאלער, איז געווען געווידמעט פאר די הונדערטער משפחות פונעם ישוב הישן, וואס לעבן מיט אן אויסערגעווענליכע דחקות און עניות.
דער חלוקה איז צושטאנד געקומען בנדבת לבם פון די בארימטע פילאנטראפן, הרבני הנגיד מוה"ר יואל לאנדא שליט"א, הרבני הנגיד מוה"ר הערשל לעפקאוויטש שליט"א, הרבני הנגיד מוה"ר יעקב שוויממער שליט"א, און העסקן הנודע הרה"ח ר' יואל ישראל זופניק שליט"א.
ביי דער מעמד החלוקה זענען געוועהן אנוועזנד די צענדליגער נציגים פון אלע קהלות הקודש שע"י בני הישוב הישן. עס איז געהערט געווארן די ווערטער פון הגה"צ רבי שלמה זלמן ווייס שליט"א, אב"ד "שערי טוביה" וחבר נשיאות הקופה, בנו יחידו וחביבו פון מרן הגה"ק הגאב"ד בעל שערי טובי' זצוק"ל, און פון די חברי הבית דין צדק, הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א און הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א. צום שלוס זענען די צענדליגער גבאים אריבער די חברי הביד"צ וועלכע האבן איבערגעגעבן די תמיכות לכבוד חג הסוכות הבעל"ט, וואס איז דערנאך אריבערגעפירט געווארן צו די קאנטעס פון הונדערטער נויטבאדערפטיגע פאמיליעס, זיי זאלן קענען אריינברענגען דעם יו"ט אין שטוב מיט א הרחבה.








Comentarios