top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אידישער פראנצויזישער פארלאמענט מיטגליד באזוכט ביים סלאבאדקע ראש הישיבה

מאנטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

פארגאנגענעם וואך איידער די פארלאמענט וואלן אין פראנקרייך, איז דער אידישער פראנצויזישער פארלאמענט מיטגליד, מאיר חביב, וועלכער איז געלאפן פאר א פרישן טערמין אינעם ארטיגן פארלאמענט, ארויף צום שטוב פונעם ראש ישיבה מרן הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א אין בני ברק, בעטנדיג פאר א ברכה ער זאל מצליח זיין אין די וואלן. דער ראש ישיבה האט איהם ווארעם אנגעוואונטשן און געזאגט אז עס ליגט א פליכט אויף יעדער איד וואס פארמאגט שטום רעכטן אין פראנקרייך, ארויסצוגיין וועלן פאר'ן אידישן פארשטייער, מאיר חביב. חביב, וועלכער זיצט שוין אינעם פראנצויזישן פארלאמענט, האט טאקע גרינג געווינען א פרישן זיץ אינעם פארלאמענט.



Comentários


bottom of page