top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי ביאלא פרייען זיך מיט ביי פייערליכע שמחת נישואין פון הכלה תחי' בת כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א

מיטוואך פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

געהויבענע שעה'ן פון התרוממות עילאה וחדוות הנפש איז די נאכט פאריבער אויף הונדערטער חסידי ביאלא וועלכע האבן זיך מיטגעפריידט ביי די שמחה הגדולה בבית צדיקים, וען כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א האט אונטערגעפירט בתו הכלה אונטער די חופה, זייענדיג די ערשטע שמחה ביים רבי'ן אין הויף, זינט ער האט איבערגענימען די כתר ההנהגה, די חתונה איז געפראוועט געווארן בשמחה וגיל אינעם גרויסן ביהמ"ד מחנובקא בעלזא אין בני ברק.


ביים קבלת פנים האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, און עס האט דערביי אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזין הרה"ח ר' הערשל אדלער הי"ו לעורר הלבבות אויסרעכנענדיג די ייחוס פון ביידע צדדים, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ רבי מרדכי וויינבערג שליט"א רב ביהמ"ד סלאנים אין לאנדאן.


ביים מעמד החופה תחת כיפת השמים איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע פון חתן הגה"צ אב"ד מאור חיים ירושלים שליט"א, מיט קריאת הכתובה די פעטער מצד הכלה הגה"צ רבי אברהם יצחק ווייס ראש כולל ביאלא, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די זיידע פון חתן הגה"צ רבי יהושע ליבערמאן ראש ישיבת שומרי החומות, די עלטער פעטער פון כלה הגה"צ רבי יוסף באב"ד דומ"ץ בעלזא לאנדאן, די פעטער פון כלה הרה"צ רבי דוד מאניש ראבינאוויטש אב"ד ביאלא אמרכלים, די פעטער מצד הכלה הרה"צ רבי אברהם יעקב פלינטנשטיין און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א וועלכע האט צוריק מכבד געווען זיין איידעם דער אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א מיט ברכה אחריתא. נאכן חופה האט די אבי הכלה דער רבי שליט"א אנגעוונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים. דאן איז געווען די געלעגנהייט פאר די חסידים דורכצוגיין וואנטשן מזל טוב אל מול פני הקודש.


א קורצע צייט דערויף זענען די אדמור"ים ערשינען צום סעודת החתונה אינעם זאל וועלכע איז געווען מלא וגדוש עד אפס מקום, בשעת די סעודה האט די רבי שליט"א אויפגענימען בצהלת פנים די פילע געסט וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען בשמחתו און אפגעבן ברכת מזל טוב, ובראשם פילע אדמורי"ם, רבנים, ראשי ישיבות, דיינים און עסקנים צווישן זיי האדמורי"ם מסערט וויזניץ - קארלין סטאלין - מחנובקא בעלזא - סלאנים - נדבורנא -  וויזניץ בית שמש - בוהוש - ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי - אלכסנדר - נדבורנא ירושלים - שבט הלוי - וואסלוי - ביאלא פשיסחא - קוזמיר - אנטניא - ביאלא ישרי לב - דזיקוב גבעת זאב - הגאון הגדול רבי ברוך דב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז - גאב"ד מאקאווא - הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר - הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ - הגה"צ רבי אליעזר ארנסטר אב"ד מאור חיים צפת - הגה"צ רבי מרדכי אויערבאך אב"ד אביר יעקב תל אביב - הגה"צ רבי שמואל ראבינאוויטש אב"ד ביאלא בני ברק - הגה"צ רבי יקותיאל ליברמאן אב"ד סאדיגורא ירושלים - הגה"צ גאב"ד מאקאווא אשדוד - און נאך פיל.


נאכן בענטשן איז דער רבי אראפ אין צענטער פונעם זאל צו די ריקודין של שמחה זייענדיג מעודד די ריקודין בעוז ותעצומות, ווען די שמחה ביי חסידי ביאלא איז לאין שיעור, מיטהאלטענדיג די עידנא דחדוותא ביי די חתונה פונעם רבניס אן אייגענע קינד, באזונדער ווען די רבי שליט"א איז געטאנצען מיט חותנו הגדול דער זקן אדמור"י רוזשין כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, ווען די אדמורי"ם שליט"א האבן זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים בעת די ציבור הייבט זיך טפחיים מעל הקרקע בשמחה של מצווה.


דאן האט מען צוגעטרעטן צום רעווא דרעוין די מצוה טאנץ, בראש וראשון האט די זיידע חותן המלך כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה מיט אן אש להבה, דערנאך איז געטאנצן די זיידע הגה"צ ראש ישיבת שומרי החומות שליט"א. צום הויכפונקט האט בדחנא דמלכא ר' גבריאל לעווי הי"ו אויפגערופן דעם געהויבענעם אבי הכלה די ביאלא רבי שליט"א מיט רירנדע דברי חרוזין זייענדיג מעורר זכרם הטהור פון די אבות הקדושים וואס קומען אראפ משמי מעל צו די שמחה, און דערמאנט די פילע רפואות אין ישועות וואס אידישע קינדער נויטיגן זיך אין די תקופה. דער רבי האט דערנאך אפגעראכטן די פלאם פייערדיגע ריקודים לפני בתו הכלה, טפחיים מעל גבי הקרקע לקול מצהלות החסידים, און איז דערנאך געטאנצן מיט די חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט מען ממשיך געווען די מצווה טאנץ פון די זיידע הגה"צ אב"ד מאור חיים ירושלים שליט"א און זיין זוהן דער מחותן - אבי החתן, עס איז שוין געווען ארום פיר אזייגער פארטאגס ווען די שמחה האט זיך געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט נאך די מצווה טאנץ פון חתן כלה, ברן יחד כוכבי בוקר.


















































































































Comments


bottom of page