זונטאג פ' שופטים • כ"ח אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
היינט נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א פארלאזט ארצינו הקדושה אויפן וועג קיין ניו יארק וואו דער רבי וועט זיך מארגן משתתף זיין ביים מעמד הקמת המציבה על קברו פונעם שווער הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל מארגן ערב ראש חודש אלול, און וועט פארבלייבן איבערן וואך אין ניו יארק לטובת ולחיזוק מוסדותיו הקדושים אין ארץ ישראל.
מארגן צופרי וועט זיך די רבי שליט"א משתתף זיין ביים לוי' פון הרה"ח ר' חיים רעכניצער ז"ל מחשובי חסידי דושינסקיא אין וויליאמסבורג און פון די גאר אקטיווע עסקנים אין די קהילה אין אמעריקא וואס איז די נאכט פלוצים נפטר געווארן לחיי העולם הבא איבערלאזנדיג נאך זיך אן אלמנה און א שטוב מיט יתומים. שפעטער אין טאג וועט פארקומען די מעמד הקמת מציבה על קברו פונעם סיגעיטער רב זצ"ל אויף סאטמארער בית החיים אין ניו דזשערזי במעמד פון די בני המשפחה און חברי הקהילה.
די רבי וועט זיין צוגאסט אין ניו יארק ביז קומענדיגן מיטוואך כי תצא און אויסנוצן די געלעגנהייט אויפצורטייבן שטיצע צווישן נדיבים בעם תלמידי בית יוסף צבי, צו קענען גומר זיין דעם מולטי מיליאן דאלער פראיעקט פונעם קרית הישיבה אין אלעד און אויך אויפנעמען קהל עדת צאן מרעיתו מיט קוויטלעך לקראת די הייליגע טעג הממשמשין ובאין.
Comments