מוצאי שבת חיי שרה • כ"ב חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: מאיר אלפסי, JDN
בשמחה וחדווה האבן זיך הונדערטער חסידים מיטגעפריידט ביי די חתונה הרוממה אין די הויפן פון מחנובקא בעלזא - זוועהיל - מאור חיים איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וגיל ובהמון חוגג אין ביהמ"ד הגדול מחנובקא בעלזא אין בני ברק.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון הרה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אליעזר ארנסטר שליט"א אבד"ק מאור חיים צפת, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוועהיל זצ"ל, מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ ר' אהרן טווערסקי שליט"א, זון פון הגה"צ ר' דוד טווערסקי שליט"א אבד"ק ראחמיסטריווקא ירושלים.
צום באשימטן צייט איז די זיידע כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים אינאיינעם מיט די חתן מחותנים און זיידעס. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, בראש המסובים האט באשיינט די שמחה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האט מיטגעהאלטן די קבלת פנים פאר א משך זמן בשעת מען האט געזינגען א רייע ניגוני קודש לבית וויזניץ, נאכן אויסגראמען דברי כיבושין איז מען ארויס צום באדעקן.
תיכף דערנאך איז פארגעקומען די חופה תחת כיפת השמים פארנט פון ביהמ"ד, מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא שליט"א און די פעטער'ס האדמורי"ם מזוועהיל, און יערוסלאב. ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ אב"ד מאור חיים צפת, נאך די חופה האבן זיך די אדמורי"ם ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, וואס האט יעדן אריינגעצויגן אין א שמחה'דיגע אטמאספערע.
דער ציבור האט מיסב געווען צום סעודת החתונה, אינצווישן זענען די חסידים אריין אל הקודש פנימה צום מחנובקא בעלזא רבי'ן איבערגעבן דרשה געשאנק כנהוג, נאך א קורצע הפסקה זענען די אדמורי"ם ערשינען צום שמחת החתונה ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר און זיך געוואשן צום סעודה.
נאכן בענטשן האט זיך די ציבור זיך ארויסגעלאזט אין ריקודים של שמחה ביז נאך חצות הלילה בעת די חסידים זענען דורך וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן און די מחותנים וקרובי המשפחה, בראש המסובים האט אויך באשיינט די גאנצע שמחה מהחל ועד כלא די פעטער כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א וועלכע האט אפגעראכטן ריקודין קדישין מיט די ברודער'ס און פעטער'ס הרבנים הגאונים הצדיקים און חסידי זוועהיל.
בשעת די ריקודין האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכע האט אפגעראכטן א שולחן לחיים און איז דערנאך אראפ אין צענטער פונעם זאל און איז געטאנצן מיט די חתן און מחותנים. בשעת די מצווה טאנץ איז ערשינען די פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האט אפגעראכטן א שולחן לחיים און די מחנובקא בעלזא רבי האט איהם מכבד געווען טאנצן מצווה טאנץ לפני הכלה.
Comments