top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מיניסטער וואסערלאף פון עקסטערם רעכטע פארטיי ביי האד' מתולדות אברהם יצחק

דאנערשטאג פ' בהעלותך • י"ד סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין א זעלטענעם ערשיינונג האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א נעכטן אריבערגערופן אויף א זיצונג בביתו נאווה קודש דער מיניסטער יצחק וואסערלאף פון די עקסטרעם רעכטע עוצמה יהודית פארטיי וואס זיין אפיס פארפיגט אויף די גליל ראיאן אין ארץ ישראל.


די רבי שליט"א האט אויסגעדריקט זארג פארן מיניסטער איבער די דראסטישע העכערונג פאר דירות אינעם נייעם חרדישן יישוב הר יונה וואו עס וואוינען היינט צוטאגס א שיינעם קיבוץ חסידי תולדות אברהם יצחק וועלכע האבן זיך ארויסגעצויגן קיין נוף הגליל וואס איז אין די לעצטע פאר יאר גאר שטארק געוואקסן אויף א בליענדן פארנעם, נאכפאלגענדיג די שרעקליכע דירות קריזיס אין ארץ ישראל, אצינד אבער נאכדעם וואס די ערשטע דירות פראיעקטן האבן זיך בליץ שנעל אויספארקויפט האט זיך ווידעראמאל געשאפן א מאנגל אין ביליגע דירות. 


 דער רבי שליט"א האט איהם פארבעטן צו טרעפן א לעזונג צו נידערן די יעצטיגע הימל שרייענדע פרייזן, די מיניסטער האט טאקע פארשפראכן צו ארויסהעלפן לינדערן די דירות קריזיס, ביים אסיפה האט ער אויך פארציילט פארן רבי׳ן פון זיינע קינדערישע זכרונות ווען ער פלעג כסדר קומען מיטגעהאלטן די געהויבענע טישן ביים רבי'ן וואס האט אים אריינגעגעבן א טעם אין א שבת.

Comments


bottom of page