top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינער מעמד "סיום מסכת גיטין" פאר הונדערטער לומדי ונבחני חבורת הם חיינו דחסידי באבוב 45

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש

הונדערטער חסידי באבוב 45 האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם יומא טבא לרבנן, לכבוד התורה ולומדיה ביי דעם סיום מסכת גיטין און התחלת מסכת קידושין דורך די חבורה הקדושה "הם חיינו" דחסידי באבוב 45.


דער היכל ביהמ"ד הגדול איז געווען איבערגעפילט מיט הונדערטער בעלי בתים און יונגעלייט לומדי החבורה, וואס האבן מיט גרויס יגיעה געלערנט און זיך געלאזט פארהערן די מסכתא, און האבן אצינד געפייערט דעם מעמד הסיום בצוותא חדא בראשות כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א נשיא ומייסד החבורה.


די סעודה כיד המלך איז נתנדב געווארן דורך משפחת איינהארן לעילוי נשמת אביהם הרה"ח ר' משה מאיר איינהארן ע"ה, ווען דער יושב ראש הרה"ח ר' יצחק בועז איינהארן הי"ו האט געעפענט דעם מעמד מיט פאסיגע ווערטער אין אנדענק פון זיין חשובן פאטער, און  מען האט געהערט דברי זכרון פון זיין זון הרה"ח ר' יעקב איינהארן הי"ו. מיט'ן סיום המכתא איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אפרים איינהארן הי"ו, און מיט'ן התחלת מסכת קידושין הרה"ח ר' שלמה זושא איינהארן הי"ו.


נאך די סיומים האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים אנגעפירט דורך מקהלת "ציון", ווען דער רבי שליט"א שטייט אויף זיין פלאץ און טוט מעודד זיין די טענץ מיט גרויס התלהבות, און די הונדערטער לומדים טאנצן מיט א געוואלדיגע שמחה דקדושה.


מען האט דאן געהאט די זכיה צו הערן די פייערדיגע דרשה פונעם נואם הכבוד הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א, רב ביהמ"ד קדושת יו"ט סאטמאר, וואס האט מחזק געווען די לומדים, און דערנאך זענען די חשובע גרויסע תומכים פון די חבורה אדורך מקבל זיין ברכת הקודש פון דער רבי שליט"א און ערהאלטן א מתנה א לעדערנע גמרא מסכת קידושין, צום שלוס האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די לומדים און מכבד געווען הנגיד ר' איטשע מרגליות הי"ו פון מאנסי מיט ברכת המזון על הכוס.



bottom of page