top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבעת ימי המשתה אין זוועהילער הויף לרגל נישואי הכלה בת האד' מזוועהיל

מיטוואך פ' תצוה • י"ב אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך אין איציק ו.


די וואך איז געשלאסן געווארן די געהויבענע שמחה'דיגע וואך בחצר הקודש זוועהיל, ביי די שבעת ימי המשתה לרגל נישואי הכלה בת כ"ק האדמו"ר מזוועהיל שליט"א מיט די חתן א אייניקל פון האדמור''ים מטשערנאביל אין קאסאני שליט"א.


די שבע ברכות נאכט נאך נאכט איז געוועהן א געהויבענע און זעלטענע איבערלעבעניש, מיטוואך נאכמיטאג צומארגנס פון די חתונה איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות מיוחד פאר די יונגעלייט פונעם זוועהילער כולל אין ביתר, אויפדערנאכט איזאפגעראכטן געווארן די שבע ברכות דורך דעם רבי'נס שוויגער הרבנית טווערסקי אלמנת הרה"צ רבי מאטיל טווערסקי זצ"ל מראחמסטריווקא אין די סאדיגורא זאל אין ירושלים. 


שבת שבע ברכות איז פארגעקומען אויף א גרויסע פארנעם בעיר התורה והחסידות ביתר מקום מגוריו פונעם מחותן כ"ק האדמו"ר מזוועהיל שליט''א, וואו הונדערטער חסידי ואוהדי בית זוועהיל האבן מיטגעהאלטן די שבת של שמחה, אריינגערעכנט פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון איבעראל, און זענען פלאצירט געווארן דורך די עסקנים.


זינטאג  אויפדערנאכט איז געפראוועט געווארן די צענטראלע שבע ברכות אין די גרויסע פריימאן אודיטאריום אין ביתר צוגעשטעלט דורך די קהילה, צומארגנס מאנטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די לעצטע שבע ברכות - נעילת ימי השמחה אין הביהמ''ד הגדול זוועהיל אין די בית ישראל געגענט אין ירושלים געאייגענט די תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי זוועהיל.