top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכל מעלין לירושלים: כלל חסידי ביאלא וועלן מיטלעבן "שבת הכתרה" בצל האד' מביאלא

דאנערשטאג פ' אמור • ח' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר


מיט אומבאגרעניצטע התרגשות רישן זיך כלל חסידי ביאלא פון איבער דער גארער וועלט צום היסטארישן "שבת הכתרה" וואס ווערט פאררופן אויף דעם היינטיגן שב"ק פר' אמור, לסדר "כי נזר משחת אלקיו עליו", ראשון למקראי קודש, דער ערשטער שבת לחסות בצל הקודש און זיך דערווארעמען מיט די לעכטיגע תפלות און טישן כולם בני איש אחד באהבה ואחוה וריעות ביים נייעם רבי'ן, כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, וואס איז נארוואס געקרוינט געווארן למלאות מקום קדשו פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל.


צום שבת הכתרה איז ערווארטעט אן ערשטמאליגע מאסיווע צוזאמענפאר אין די היסטאריע פון חצר הקודש ביאלא, ווען אלע חסידים, זקנים עם נערים, הכל מעלין לירושלים, די שטיבלעך אין אלע ביאלא צענטערן איבער די וועלט וועלן זיין געשלאסן, און מ'לאזט זיך ארויס להררי ציון וירושלים, אינעם גרויסן ביאלא ביהמ"ד אויף דער יעקבזאהן גאס, וואו מ'וועט זיך מחזק זיין און משנן זיין משנתו הטהורה פונעם רבי'ן ז"ל, און זיך מאחד זיין אונטער די השפעה פונעם ברא כרעא דאבוה, דער רבי שליט"א.


א פארצווייגטע "הכנסת אורחים" אפאראט איז אקטיוויזירט געווארן לרגל דעם שבת הגדול, וואס רישט זיך אויף א מאסנווייזע איבערפלוס פון אורחים פון איבער גאנץ ארץ ישראל, און פון אמעריקע און אייראפע. אזויפיל ווי "זעקס" בנינים איז אפגעדינגען געווארן אינעם עזרת התורה געגנט, צו פלאצירן די הונדערטער אורחים, וואו עס וועט זיין צוגעשטעלט אש"ל מלא. די סעודות שבת פאר די געסט וועלן פארגעקומען אינעם סלאנימער ביהמ"ד אויף רחוב דורש טוב.


די תפלות און טישן וועלן פארקומען אינעם היכל ביהמ"ד הגדול, וואס איז געווארן אויסגערישט מיט אריבער טויזנט פלעצער, צו אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור, און וועט זיין רעזערווירט אויסשליסליך פאר אנ"ש חסידי ביאלא, זיי צו געבן די פולע מעגליכקייט זיך מחמם זיין לאור רבם מבואו ועד צאתו, און ספעציעלע שמירה ביי די אריינגענג צום ביהמ"ד וועלן זיכער מאכן אז טאקע נאר די חסידים באקומען די דין קדימה.


ערש"ק נאכמיטאג וועט פארקומען א "סדר הלימוד רבתי" פאר די הונדערטער בחורי החסידות, ווי ס'איז געווען משאת נפשו פונעם רבי'ן ז"ל, אויסצונוצן די צייט פון ערש"ק פאר הכנה צום שבת מיט עסק התורה. דער גאנצער שבת וועט געפראוועט ווערן מיט א ברידערליכע אהבה אחוה וריעות, מיט'ן השתתפות פון אלע ברודער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א און די גאנצע משפחת המלוכה פונעם רבי'ן ז"ל, ובראשם דער ממלא מקום דער רבי שליט"א, וואס וועט מעריך זיין די תפלות און טישן בראש העדה הקדושה.


דער הויכפונקט וועט זיין ביים סעודתא דחקל תפוחין קדישין, דער עריכת השלחן הטהור ליל שב"ק, וואס ברענגט אויף געגועין וכסיפון ביי אלע חסידים, זיך דערמאנענדיג מיט בענקשאפט די לעכטיגע פרייטאג-צונאכטס טישן ביים רבי'ן ז"ל, וואס איז געווען א שם דבר אין ירושלים אלס העכערע שעה'ן פון זה השלחן אשר לפני ה', אבער ליידער צוליב די חולשה ביים רבי'ן ז"ל האט מען נישט זוכה געווען דערצו די לעצטע צען יאר, און אפילו פריער איז דער פרייטאג-צונאכטס טיש נישט פארגעקומען יעדע וואך, איז יעצט א שמחה עצומה בעת חידוש המלוכה, ווען דער רבי שליט"א וועט אריינקומען צום טיש באנפין נהירין און מחדש זיין די געהויבענע טיש ביתר שאת ועז.


לאור זה וואס ס'איז שוין לאנג נישט געווען א פרייטאג צונאכטס  טיש אין ביאלא, טוען זיך די משוררים בחצר הקודש איבערחזרן די "זמירות לבית ביאלא" עס זאל זיין שגור בפיהם.


דער רבי וועט אריינקומען צום טיש כמנהג ביאלא פון "אזמר בשבחין", גלייך נאכ'ן זיך וואשן, און דערנאך אפרעכטן דעם טיש מיט א געהויבנקייט, בהשתתפות כל העדה הקדושה. אזוי ווייטער וועט דער שבת נמשך ווערן אויף א זעלטן געהויבענעם פארנעם, צו וואס די חסידים רישן זיך מיט רירנדע ערווארטונג און איבערגענומע הרגשים פון שמחה ונחמה מיטלעבנדיג ווי די גאלדענע קייט ווערט נמשך לשם ולתפארת, הדר הוא לכל חסידיו.



Comentarios


bottom of page