top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צוואנציגסטע יארצייט הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זצוק"ל אפגעצייכנט במחיצת בנו מ"מ האד' מקרעטשניף י-ם

  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' בהר בחוקתי • י"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

מיט געגועים און כיסופים האבן הונדערטע תלמידים און חסידים אפגעראכטן די צוואנציגסטע יומא דהילולא קדישא פון כ''ק אדמו''ר הרה''ק מקרעטשניף זכר צדיק וקדוש לברכה בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו כ''ק אדמו''ר מקרעטשניף י-ם שליט''א שוין אנגעהויבן פון דעם פארגאנגענעם שבת קודש פ' אחרי קדושים ערב ההילולא.


די שבת יארצייט איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס דערהויבענקייט, דער ביהמ"ד הגדול, טאקע במקום שהתפלל בו אותו צדיק איז געווען אויסגעשטעלט מיט'ן ימים נוראים אויסשטעל, מיט גענוג פלאץ פאר אלע חסידים, איש על מחנהו ואיש על דגלו און באזונדער די קינדער מנין פאר די צאן קדשים, וועלכע האבן געדאווענט אין א עקסטערע מנין אונטער די אויפזיכט פון די מחנכים.


דער רבי שליט"א איז צוגעגאנגען אלע תפילות צום עמוד כנהוג. ליל שבת קודש אום עלף אזייגער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום טיש בשילוב מיטן עריכת השולחן לכבוד פסח שני.


פארן בענטשן האט דער רבי פארגעזאגט די הגדה און געגעסן מצה מרור מיט כורך כנהוג, נאכן בענטשן האט דער רבי ממשיך געווען מיט די זמירות שבת און די פיוטים פון פסח און פארטיילט אפיקומן פאר דעם גאנצן ציבור, צוואנציג צו זעקס פארטאגס האט דער רבי שליט"א פארלאזט די ביהמ"ד נאכן טיש.


שבת אינדערפרי א פערטל צו צען איז דער רבי שוין ערשינען אין בית מדרש צו שחרית, נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א קידוש געמאכט אין בית מדרש און געזאגט תורה במשנתו הבהירה פון אביו דער רבי זצ"ל. דערנאך האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיטן מיטאג טיש ביי וועלכן עס איז נתכבד געווארן מיט בענטשן האדמו"ר מטעמשוואר קרית יואל.


7:30 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה, פאר מנחה האט הרה"צ רבי ישכר לייפער שליט"א פון אנטווערפן, מגדולי תלמידי בעל ההילולא, אויפגעטרעטן מיט א פרקי אבות דרשה און פארציילט הערליכע זכרונות פונעם בעל ההילולא, נאך קריאת התורה האט דער רבי שליט"א געמאכט א אל מלא רחמים.


ביינאכט נאך תפילת מעריב בליל ההילולא האט דער רבי שליט"א געצונדן די יארצייט ליכט און געמאכט הבדלה ברוב עם, דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער ווינטשן א גוטע וואך.


מוצאי שבת איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מלוה מלכה, זיך געוואשן און געמאכט די סיום משניות און דערנאך משמיע געווען קורצע דברות קודש איבער דעם מסירות נפש וואס אביו הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל האט געהאט צו התבדלות מהרשעים ובפרט צו שטיין פעלזן פעסט קעגן די קליפת הציונות. נאכן טועם זיין פון די פיש האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע בחורים וואס ווארטן אויף זייער ישועה צו באקומען א פטור פון דינען אין מיליטער, און דערביי משמיע געווען יסודות'דיגע דברי הדרכה פאר די בחורי חמד איבער דער שטרעבונג פונעם טאטן וויאזוי ער האט געוואלט א קרעטשניפער בחור זאל אויסזעהן אין אלע מובנים.


זונטאג אינדערפרי ביום ההילולא ניין אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין בית מדרש, אנגעצונדן די יארצייט ליכט און דעם נר תמיד, נאכן דאווענען האט דער רבי מסיים געווען ש"ס כמידי שנה ושנה און עס איז געווען צוגעשטעלט תיקון, צוליב וואס דער רבי איז שרוי בתענית אינעם יומא דהילולא איז די לחיים געפראוועט געווארן בראשות די רבני ומשפיעי הקהילה.


אין די נאכמיטאג שעהן איז דער רבי אנגעקומען במרומי הר הזיתים פוקד זיין דעם ציון הקדוש בראש קהל חסידיו, אינעם אוהל הק' האט דער רבי געמאכט די ברכה און געצונדן פינף לעכט, דערנאך האט מען געזאגט ספר רביעי שבתהילים און דערנאך דער יהי רצון מיט גרויס השתפכות הנפש. נאך אמירת תהילים האט מען געמאכט די הקפות כנהוג און דער רבי האט געלייענט די כוללות קוויטל און די נגידי ותומכי המוסדות זענען אריבער מיט קוויטלעך, דער רבי האט דערנאך געצונדן דעם נר תמיד ביים ציון און זיך משתטח געווען א לענגערע וויילע.


קורץ פארן זמן רבינו תם איז דער רבי אריינגעקומען אין גרויסן בית מדרש צום יארצייט טיש, זיך געוואשן און געמאכט דעם סיום הש"ס וואס דער ציבור האט געלערנט דורכאויס דעם יאר און מכבד געווען בנו הגה"צ אבד"ק קרעטשניף ירושלים שליט"א צו מאכן דעם סיום ששה סדרי משנה.


דערנאך האט דער רבי טועם געווען פיש און געוואונטשן לחיים, מען האט געזונגען יה זכות אבות, יזכור אהבתו און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, דערנאך האט מען געזונגען א רייע ניגונים וואס מען פלעג זינגען ביים בעל ההילולא.


ביים טיש האט זיך אנגעזען א הערליכע אויבן אן מסלתה ומשמנה מתלמידי בעל ההילולא, חתנא דבי נשיאה האדמו"ר מביאלא בני ברק און האדמור"ים מתורת חכם, בישטינא פתח תקוה, ספינקא ירושלים, ביטשקוב, ווערדאן ירושלים, וויטעבסק, טעמעשוואר קרית יואל, ליטשיק, טורקא, קאסאן ירושלים און נאך.



bottom of page