אומפארגעסליכע שבת התעלות פאר תומכי מוסדות דושינסיקא בארה"ק אפגעראכטן אין שטאט אשקלון
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
אין א העכערע גייסט האבן הונדערטער חסידי דושינסקיא מיטגעהאלטן די וואך שבת תזריע טהרה שבת ראש חודש, מיטגעהאלטן א געהויבענע שבת מיוחד פאר די תומכי ומחזיקי וואס שליסן זיך אן מיט חודש'ליכע סכומים לטובת די "ממלכת התורה" דחסידי דושינסקיא, אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אינעם נייעם פראכטפולן "גלי תמר" האטעל אין אשקלון.
נאך לענגערע וואכן פון הכנות ברוחניות און בגשמיות האט מען פרייטאג נאכמיטאג אנגעהויבן דעם פראגראם מיט א שיינעם שמועס הכנה לשבת דורך הגה"צ רבי יצחק דוד אלתר שליט"א, ראש כולל גור אין בני ברק, וועלכער האט משמיע געווען פייערדיגע דיבורים איבער דעם מהות פון א חסידישן אינגערמאן און די גרויסע זכיה פון זיין א שותף מיט די הייליגע מוסדות.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל התפילות און איבערגעגעבן דעם קביעות'דיגן שיעור אין ספר "סידורו של שבת" כמהנגו יעדן ערב שבת.
דורכאויס די גאנצע שבת בשעת די תפילות און סעודות האבן די אחים ניילענדער מהנה געווען בשירה וזמרה בקולם הנעים. נאכ'ן דאווענען, זענען די משתתפי השבת אריבער שלום נעמען און זאגן 'גוט שבת', וואו דער רבי האט יעדן צוריקגעוואונטשן במאור פניו.
דער קלימאקס פונעם שבת איז געוויס געווען די געהויבענע סעודת חקל תפוחין און שולחן הטהור וואס האט זיך אנגעהויבן תיכף נאכ'ן דאווענען.
אין א זעלטענע ערשיינונג האט דער רבי אנגעהויבן "שלום עליכם" אינאיינעם מיט'ן ציבור, און ספעציעלן התעוררות האט געהערשט בשעתן זינגען דעם זמר "צמאה נפשי" וואס ווערט געזונגען פאר קידוש אין דושינסקיא חזן וקהל, דער רבי שליט''א האט דאן קידוש געמאכט בקול חוצב און זיך געוואשן צו די סעודה אינאיינעם מיט די משתתפי השבת, יושבי שולחנו. די סעודה האט זיך פארצויגן פאר איבער פינף שעה נאכאנאנד, ביז נאך צוויי אזייגער ביינאכט, מלא קורת רוח ותענוג רוחני.
בצפרא דשבתא, ארום זעקס אזייגער אינדערפרי, האט זיך דער רבי באוויזן אין היכל התפילות און זיך געזעצט לערנען כהכנה דרבה צום דאווענען. שפעטער האט דער רבי איבערגעגעבן דעם וועכנטליכע שיעור אין ספר "תשובות מהרי"ץ" פאר די אינגעלייט משתתפי השבת. ביי קריאת התורה זענען די עליות פארקויפט געווארן פאר ריזיגע סכומים לטובת די מוסדות, און מיט די עליות האט מען מכבד געווען די ראשי ומנהלי המוסדות לאות הוקרה והערכה. דער רבי האט עולה געווען מפטיר לכבוד שבת ראש חודש, אחיו הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א האט עלה געווען "שישי", און צו מוסף האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגדול, ראש ישיבת דושינסקיא שליט"א.
נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען צום קידושא רבא און סעודת "עתיקא קדישא". דורכאויס די סעודה האט דער רבי מכבד געווען הגאון רבי יוסף צבי בינעט שליט"א, מו"ץ בק"ק דושינסקיא, וועלכער האט איבערגעגעבן טיפזיניגע דברי הלכה בענין "יין נסך", אן אקטועלע טעמע וואס איז געווען נוגע צום שבת אינעם האטעל, און דערצו האט ער ארויסגעברענגט זיינע טיפע הרגשים פון דעם געהויבענעם שבת. נאכדעם איז געהערט געווארן די דרשה פונעם מגיד מישרים הרה"ג ר' יצחק אייזיק שטערן שליט"א, ממרביצי התורה אין קהילת דושינסקיא, וועלכער האט מיט זיין אייגנארטיגע שפראך באשריבן די גלאררייכע היסטאריע פון די קהילה און מוסדות די לעצטע ניינציג יאר כולן שווים לטובה. ער האט באזונדער באוואונדערט די אחדות און קעגנזייטיגע הערצה צווישן דעם רבי'ן און זיין ברודער דער רב שליט"א, וואס איז געווען שטארק בולט דורכאויס דעם גאנצן שבת.
מיט'ן בענטשן על הכוס איז מכובד געווארן דער חשוב'ער נדיב ר' מאיר צבי לאנדא שליט"א, אייגנטומער פון "רויאל" קליידונג פירמע, וועלכער האט מנדב געווען א גרויס טייל פונעם שבת.
שבת נאכמיטאג האט זיך דער רבי באטייליגט ביים שיעור אין "פרקי אבות" וואס זיין ברודער הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א, האט איבערגעגעבן פאר'ן עולם.
ביי שלש סעודות האט דער רבי פארברענגט מיט די "זקני החסידים", מעתיקי השמועה, וועלכע האבן מיטגעטיילט עובדות און סיפורים מימי קדם. נאכן זינגען ניגוני התעוררות ודביקות א לענגערע וויילע האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש פיל מיט הדרכה ויסודות החסידות, וואו ער האט מעורר געווען איבער די וויכטיגקייט פון "קביעת מקום לתפילה", בפרט שבת אינדערפרי, און זיך צוגרייטן צום דאווענען מיט לימוד התורה. דער רבי האט באזונדער אויסגערימט די סדרי הלימוד אין די ערבי שבתות וואס ער האט איינגעפירט אין אלע קהילות דחסידי דושינסקיא, און דערמאנט לשבח א ספעציפישע קבוצה משתתפי השבת פון ביתר וואס האבן אויך די וואך נישט מוותר געווען אויפ'ן סדר הלימוד אין שטיבל און זענען הערשט ארויסגעפארן נאכן שבת, אנקומענדיג הארט פאר'ן זמן. צום שלוס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן די מנהלי המוסדות און די נדיבים בעלי בעמיו וואס טראגן דעם עול במסירות נפש, את אשר ישנם פה ואת אשר איננם פה.
נאך מעריב, ויתן לך און הבדלה האבן די גרעסערע נדיבים ותומכים געהאט די זכיה דורכצוגיין אל מול פני הקודש און האבן ערהאלטן א ספעציעלע מנחת הוקרה, און דערנאך איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן א גוטע וואך און זיך געזעגענען נאכן געהויבענעם שבת.















תגובות