האד' מבאבוב איז קובע מקום לתפילתו ביים צפון פליגל פון ביהמ"ד מחזק צו זיין דאס דאווענען צווישן די אינגעלייט
- Bechatzros admin
- לפני 4 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש

חסידי באבוב זענען דעם שבת איבערראשט געווארן ווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז שלא כהרגלו געשטאנען בשעת די תפילות במשך שבת צווישן די אינגעלייט אין ביהמ''ד.
דער שארפער צוגאנג פונעם באבובער רב שליט"א בעניני מורא מקדש איז ידוע לכל און בפרט צווישן חסידי באבוב, שוין לענגערע יארן טוט שוין דער רב שליט"א מעורר זיין דעם ציבור נישט צו רעדן ביים דאווענען, און באזונדער טוט דער רב שליט"א ארומגיין כסדר אין ביהמ''ד מעורר צו זיין דעם עולם נישט צו רעדן ביים דאווענען און צו דאווענען מיט התלהבות. שוין לענגערע יארן וואס עס איז אנגעגרייט א שטענדער ביי מערב זייט פון ביהמ''ד וואו דער רב שליט"א טוט זיך כסדר אוועקשטעלן פאר טייל פון די תפילות, האלטנדיג די עינא פקיחא אין ביהמ"ד.
אין די לעצטערע יארן לאור די ריבוי העם קע''ה ווען דער ביהמ''ד הגדול איז פארברייטערט געווארן לארכה ולרחבה, ווען אויף יעדע שבת זענען אלע פליגלען פונעם היכל איבערגעפילט סיי אויף מערב זייט און סיי די נייע פליגלען אויף צפון זייט וואו נאך הונדערטער אינגעלייט דאווענען די תפילות באופן קבוע.
דעם ערב שבת ביים אריינקומען צום דאווענען אין ביהמ''ד, האט דער רב שליט"א צו אלעמענס איבארראשונג געשפאנט אין ריכטונג פונעם אנדערן עק ביהמ"ד, צו א שטענדער וואס איז געווען צוגעגרייט אין די נייע פליגל אויף צפון זייט פון ביהמ''ד, און דורכאויס אלע תפילות און קריאת התורה במשך שבת, איז דער רב שליט"א געשטאנען ביי זיין פלאץ אויף צפון, און ארומגעגאנגען צווישן עולם זייענדיג מעורר די אינגעלייט צו דאווענען מיט א קאך און התלהבות וואס האט טאקע עושה רושם געווען לטובה און געהויבן דאס דאווענען אויף א העכערע אטמאספערע, אויף וואס דער רב שליט"א האט טאקע נאכן דאווענען ארויסגעצייגט א הנאה דקדושה, מיטן האפענונג אז דאס זאל האבן א קיום און אנהאלטן ווייטער.





