top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בְּהַעֲלֹתְךָ אֶת הַנֵּרֹת: ערשטמאליגער מעמד "הדלקת ל"ג נירות" בחצר נדבורנא

מיטוואך פ' בהר - פסח שני • י"ד אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


פון חצר הקודש נאדבורנא איז באשטעטיגט געווארן אז אין אן ערשטמאליגע שריט וועט כ"ק אדמו"ר מנאדבורנא שליט"א אפרעכטן א מעמד רבתי "הדלקת ל"ג נירות" לכבוד התנא אלקי רשב"י ביום ל"ג בעומר. דאס קומט אין ליכט פון די שווערע באגרעניצונגען און פארשליסונג פון מירון אויף די היי יעריגע הילולת רשב"י, איז אויפגעברענגט געווארן פאר'ן רבי'ן שליט"א דער פארשלאג צו מאכן היי-יאר אן אויסנאם, און וויבאלד מ'קען נישט פארן קיין מירון, זאל דער רבי משנה זיין איינמאליג פון מנהג אבותיו הקדושים, וועלכע האבן נישט געצינדן קיין הדלקה, און דאסמאל יא צינדן.


דער רבי שליט"א האט דאס אבער קאטעגאריש אפגעזאגט, און נישט מסכים געווען משנה צו זיין, נאר דאס יא, אזוי ווי דער מנהג אין נאדבורנא איז צו אנצינדן לכבוד ל"ג בעומר דריי-און-דרייסיג ליכט, כמנין ל"ג, וועט מען היי-יאר אפרעכטן די הדלקת הנירות ברוב עם הדרת מלך, און עס וועט פארוואנדלט ווערן אלס צענטראלער מעמד רבתי פאר עדת חסידי נאדבורנא, וועלכע וועלן קומען מיטלעבן די פייערליכע מעמד ברגשי אש קודש באגלייט בתופים ומחולות, אנדערש ווי א געווענליכע יאר ווען דער רבי צינדט אן די ליכט פריוואט איידער תפלת מעריב.


אויף דעם ארויף איז זאפארט אריין אין שוואונג די הכנות צום אייגנארטיגן מעמד הדלקת ל"ג נירות, וואס וועט פארקומען אויף א גרויסן פארנעם אינעם היכל ביהמ"ד הגדול נדבורנא אין בני ברק. דער מעמד וועט פארקומען מוצש"ק ליל ל"ג בעומר שפעט ביינאכט, במעמד כל הקהל זקנים עם נערים וואס וועלן קומען צו פארן פון אלע שטעט, מיט די ספעציעלע טראנספארטאציע וואס ווערט אראנדזשירט דורך די עסקני הקהלה. צומארגנס יום ל"ג בעומר וועט דער רבי מעריך זיין דעם שולחן הטהור לכבוד היום מיט די חאלאקעס כמדי שנה בשנה.

bottom of page