זונטאג פ' מקץ • כ"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט שווערע געמיטער האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אין וויליאמסבורג היינט זונטאג באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון הרב החסיד הישיש ר' דוד עסטרייכער ע"ה, מזקני חסידי סאטמאר אין וויליאמסבורג, וועלכער איז נעכטן נפטר געווארן אין הויכן עלטער פון אכט און ניינציג יאר, איבערלאזנדיג א הערליכע דור בליעה"ר.
היינט צופרי ביי די לוויה פארנט פון ביהמ''ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג האט הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד הי"ו יושב ראש וועד הפועל אין די מוסדות הקדושים אויסגערופן אז די חשובע משפחה פונעם נפטר האבן אפגעקויפט דעם "שם הבנין" פון דעם בנין התלמוד תורה געביידע אויף ראטלידזש, ויקרא שמו בישראל בנין דוד עסטרייכער לשמו ולזכרו, לאנגע יארן האט דער חשובע נפטר ר' דוד קובע עתים געווען לתורה ולתפילה אין דעם בנין מדי יום ביומו, אויך האט ער דארט מייסד געווען און אנגעפירט זיינע גמילת חסד אקטיוויטעטן, זייענדיג מחי' טויזנטער אידן לאנגע יארן כולן שוין לטובה.
Kommentare