top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ימי אורה: ויעדת הנאמנים דורך מוסדות סערט וויזניץ ווערט אפגעהאלטן אין היסטארישן קור ארט מארינבאד

דאנערשטאג לך לך • ו' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

הונדערטער נגידי ותומכי חצר הקודש סערט וויזניץ גרייטן זיך מיט אן התרגשות קודש צו די היי יאריגע "ועידת הנאמנים" וואס ווערט אפגעהאלטן דורך "מרכז מוסדות סערט וויזניץ", וואס וועט היי יאהר אפרעכטן א גייסטרייכע צונויפפאר פון די נגידי המוסדות פון ארץ ישראל, אין חוץ לארץ, צום היסטארישן קור ארט מארינבאד אין טשעכיי.


יאהר יערליך טוט די הנהלת המוסדות אפהאלטן די וויעת הנאמנים אינאיינעם מיט'ן רבי'ן אויסשליסליך מיט די נגידים ותומכים. די לעצטע עטליכע יאר איז דער ויעדה אפגעהאלטן געווארן אין ארץ ישראל, אנגעהויבן מיט די קאראנא יאר, און שפעטער מיט די מצב המלחמה,  און אצינד ווערט די ועידה איבערגעפרישט, און עס וועט פארקומען קומענדיגן וואך פ' וירא.


די שטאט מארינבאד איז מיט יארן צוריק איידער די צוויטע וועלט מלחמה געוועהן א שפרודלדיג ארט ווי עס פלעגן קומען וויילן אומצאליגע גדולים און צדיקים פון די פריעדיגע דור, וועלכע האבן געזעהן דאס פלאץ פאר דער ריכטיגע און פאסיגע ארט צו שעפן פרישע לופט און זיך אנגארטלן מיט פרישע כוחות וויטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש און קענען אנפירן די קהילות הק' מיט הרחבת הדעת, צווישן זיי איז געוועהן די צדיקי בית וויזניץ, דער סבא קידשא בעל 'אהבת ישראל' ובנו אחריו הרה"ק בעל 'מקור ברוך' מסערט וויזניץ זי"ע.


די ארטיגע קעניגליכע האטעל אין מארינבאד וועט ווערן צוגערישט אויף א מלכות'דיגע פארנעם פארן וויעדת הנמאנים, וואס שטעלט פאר דריי ימי הוד, אנגעהויבן פון מאנטאג ביז מיטוואך, ווען דער רבי וועט פראווען אינאיינעם מיט די נגידים מכבדי ומחזיקי התורה.



Comments


bottom of page