מיטוואך פ' שמיני • כ"ד אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
טויזענטער חסידי באבוב זענען איינגעשפאנט מיט איבערגיסענדע רגשי הלב, זיך גרייטענדיג צום היסטארישן און ערשמאליגן מעמד חנוכת הבנינים און זמן קהילה לכל, ווען מען וועט באנייען צוויי ריזן גיגאנטישע בנינים, תלמוד תורה בני ציון און בית חינוך לבנוך בנות ציון וועלכע זענען געבויט געווארן פאר די הייליגע אימפעריע פון מוסדות באבוב אין שטאט בארא פארק, וועלכע וואקסט אין בליעט לשם ולתפארת אויף אזא אומגלויבליכע און דראמאטישע פארנעם.
דער היסטארישער אין זעלטענער מעמד חנוכת שני בנינים אדירים וועט פארקומען דעם קומענדיגן זונטאג פרשת תזריע, ווען אלפי חסידי באבוב פון אומעטום וועלן זיך צוזאמקומען צום גרויסן מעמד וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן בקול רנה וחוגג אינעם גיגאנטישן אולם הגדול אינעם ברוקלין נעווי יארד, וועלכע וועט אויסגעשטאט ווערן מיט טויזענטער זיץ ערטער. די גרויסע שמחה וועט זיין צוגעשטעלט בתכלית היופי וההידור לכבוד האי יומא רבה כראוי וכיאות. אין די לעצטערע וואכן זענען די עסקנים געזעסן אויף נאכאנאנדע אסיפות אין שפיץ פון ר' יוחנן פליישמאן פון די בארימטע 'וויי עף' פראדאקשנס, צוצושטעלן אלע טעכנישע דעטאלן פון אזא גרויסע מעמד. די גאנצע זאל וועט ווערן מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער פארזאמעלטע וואס זענען ערווארטעט צוקומען צו פארן פון די נאנט און פון די ווייט נישט קעננענדיג פארפאסן אזא היסטארישע מעמד.
באסעס וועלן ווערן צוגעשטעלט פון אלע געגנטער פון בארא פארק, וומסב"ג, מאנסי, לעיקוואד און לינדען. ביי דעם גרויסן מעמד וועט זיך ארויסרייסן פון די הערצער פון חסידי באבוב דעם זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו, ווען נאך די שווערע ענגשאפט וועלכע האט געטון פלאגן די בניני המוסדות די לעצטערע יארן, וועט מען פון היינט און ווייטער קענען מחנך זיין די טויזענטער תינוקות של בית רבן מיט א געוואלדיגע הרחבת הדעת אין די שפאגל נייע בניני המוסדות. דער היסטארישער מעמד וועט פארקומען אין שפיץ פונעם רבין שליט"א וועלכע וועט ביים הויעכפונקט פונעם מעמד אויפטרעטן מיט די צענטראלע דברות קודש פאר כל קהל הקודש.
די הונדערטער בחורי הישיבות וועלן פלאצירט ווערן אינעם שאטער הגדול וועלכע ווערט אויפגעשטעלט גלייך דערנעבן פונעם בנין, עס וועט צוגעשטעלט ווערן א רייכע סעודה פארן גאנצן ציבור לכבוד המעמד. באזונדער וועלן זיך באותו הזמן צאמנעמען אלע נשים צדקניות צו פראווען דעם גרויסן מאמענט אין די פראכטפולע זאלן פון "די-פאלאס" אין בארא פארק, ווי עס וועט ווערן אהערגעשטעלט גאר א עלעגאנטע און גייסטרייכע מעמד און זיי וועלן אויך מיטהאלטן חלקים פון די מעמד מריחוק המקום. ביים מעמד וועט ערשיינען די נייע הערליכע ספר 'האלף לך שלמה' וואס אינהאלט אין זיך הייליגע סיפורים ענינים והנהגות שונות פון די ראש בית אב הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע. א הערליכע און רייכע פראגראם וועט זיין צוגעשטעלט מהנה צו זיין די פארזאמעלטע, בעלי משוררים ומנגנים וועלן מהנה זיין דעם ציבור מיט כלי זמר בתופים ובמחולות. אויך וועלן די ילדי ציון פארזינגען גראמען און ניגונים לכבוד המאורע.
Komentar