מיטוואך פ' דברים • ג' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
שטייענדיג געציילטע טעג איידער די גרויסע טאג ה' אב, ווען עס געפאלט די יומא דהילולא פון המקובל האלוקי מרן האר"י הקדוש זי"ע, ווערט באריכטעט אז די מקום קדוש מנוחת כבודו אויפן איר אלטן בית החיים אים צפת וואו אידישע קינדער גיסן זיך אויס דאס הארץ לגאולה וישועה, וועט היי יאר ליידער זיין שטארק באגרעניצט אין די טעג ארום די הילולא, אין ליכט פון די שווערע מלחמה צושטאנד וואס הערשט אין ארץ ישראל.
יעדעס יאר ה' אב אין טאג פון די יארצייט, קומען שווערע טויזענטער אידן מתפלל זיין ביים הייליגן ציון, אצינד אבער אין ליכט פון דער מלחמה וואס בושעוועט אין ארצינו הקדושה אין בפרט די אנגעצויגענעם מצב אין צפון ארץ ישראל ווען די כיזבאללא טעראר גרופע פארשפרעכט שווער נקמה צו נעמען קעגן מדינת ישראל, האט די פאליציי געמאלדן אז מען גייט פארשליסן די גאנצע געגענט פונעם בית החיים אין צפת דורכאויס די יארצייט טעג, אנגעהויבן פון מארגן דאנערשטאג צופרי ביז פרייטאג נאכמיטאג וואס באדייט אז מען וועט ליידער נישט קענען דאווענען ביי דעם מקום קדוש כבשנים קדמוניות.
ביי חרדי'שע אידן ווערט די נייעס אויפגענומען מיט אנגסט, מען איז מתפּלל אז אלעס זאל זיך גוט אויסלאזן, און דער זכות פונעם גאון וקדוש אשר כל בית ישראל נשען עליו מגין זיין - מריחוק מקום לישועתן ישראל.
תגובות