פרייטאג פ' מטות מסעי • כ"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת
פילע אידן האבן היינט באגלייט למנוחות הרה"ח בנן של קדושים ר' יחזקאל דוד הלברשטאם ע''ה, פון די לעצט פארבליבענע איר אייניקלעך פונעם רבן של ישראל הרה"ק בעל 'דברי חיים' מצאנז זי"ע, וואס איז היינט נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 89 יאהר.
דער נפטר ר' יחזקאל דוד ע"ה איז געוועהן א זוהן פון הגה"צ רבי יעקב צבי הלברשטאם זצ"ל הי"ד א זוהן פון הרה"ק רבי ישעי'לע טשעחויבער זי"ע וואס איז געוועהן דער בן זקונים פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע, זיין מוטער איז געוועהן א טאכטער פון הרה"ק רבי אלעזר מאושפיצין זי"ע, אויסער זיין הייליגער אפשטאם אלס איינע פון לעצט פארבליבענע אור אייניקלעך בן אחר בן פון הייליגן צאנזער רב זי"ע האט ער געצויגן זיין ייחוס צו נאך פילע שרפי מעלה און פריערדיגע צדיקים לבית קאמינקא, פשיסחא, פאריסוב, דאמבראווא און נאך.
ר' יחזקאל דוד ע''ה איז נאך געבוירן אינדערהיים אין גאליציע און איז אויפגעוואקסן על ברכיו פון זיינע גרויסער זיידע'ס, ביים אויסברוך פון די צווייטע וועלט קריג איז ער געראטעוועט געווארן אלס קינד קיין אונגארן און אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ק מסאטמאר זי''ע צו וועם ער איז אלע יאהרן געוועהן אדוק ומקושר, שפעטער איז ער אנגעקומען קיין אמעריקא וואו זיין פעטער הרה''צ ר' חיימל טשעחויבער זצ''ל האט איהם אויפגעהאדעוועט. אלס בחור האט ער געלערנט ביים פוסק הגאון רבי משה פיינשטיין זצ''ל, אין ישיבת תפארת ירושלים. ר' יחזקאל דוד איז געווען א פערזענדליכקייט, אלע זיינע יארן איז ער געווען ממעתיקי השמועה, און האט פארציילט פון זיינע זכרונות וואס ער האט אלס געדענקט מיט א קלארקייט און נאכדערציילט בכל פרטיה זייענדיג א זעלטענע דייקן. ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט נאך זיך קיין זרע של קיימא.
די לוי' איז פארגעקומען היינטיגן ערב שבת ביים ביהמ"ד ד'קהל בית אברהם ליפשא אין פלעטבוש וואו דער מרא דאתרא, הרה"ג יוסף דוב אשרי שליט"א, האט מספיד געווען דורכן טעלעפאן פון ארץ ישראל, ער איז געקומען לקבורה אויפן בית החיים אין ניו דזערזי נאנט צו די באבובער חלקה.
יהא זכרו ברוך.
Comments