top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מזוועהיל באזוכט בבתי גדולי ישראל אין עיר התורה בני ברק

פרייטאג פ' אחרי • כ"ה ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


נעכטן דאנערשטאג אין לויף פונעם טאג האט כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א באזוכט בבתי גדולי ישראל אינעם עיר התורה בני ברק, צווישן אנדערע איז די רבי ארויף למעונם פון הגאון הגדול רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקא, הגאון הגדול רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז, אין הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת הרשב"י.


עס איז פארפירט געווארן שיינע שמועסן בדברי תורה ובעניני דיומא, אין די רבי האט איבערגעגעבן פאר די גדולים דעם ספר 'יסוד צדיק' מתורתו פון הרה"ק רבי שלמה'קע מזוועהיל זיע"א וצאצאיו הקדושים.




bottom of page