שימושה של תורה: פייערליכע שמחת התנאים בשמחת בית צאנז-זוועהיל, פון החתן 'מורינו', הויז בחור ביים רבי'ן
- בחצרות הקודש

- 6 באוג׳ 2024
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

חסידי צאנז זוועהיל האבן פאריגן ליל שישי זיך מיטגעפריידט בשמחת בית צדיקים, מסיבת התנאים פון הכלה טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, מיט החתן המצוין ומופלג בתוי"ש 'מורינו' יעקב שליסל ני"ו, פון די אויסגערופענע מצוינים וחריפים אין די ישיבה אהל שלמה צאנז זוועהיל אין יוניאן סיטי, זון פון הרה"ח רבי יצחק יוסף שליסל שליט"א, מנכבדי תושבי יוניאן סיטי, איידעם ביי הרב אברהם יצחק אייזענבערגער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד לינז זצ"ל.
די שמחה רופט ארויס א באזונדערע התרגשות אינעם צאנז זוועהילער הויף, ווען דער חתן האט זוכה געוועהן צו זיין דער הויז-בחור וליצוק מים על ידו ביים רבי'ן שליט"א, זייענדיג פון די סאמע ערשטע תלמידים אין דעם רבינס ישיבה, ווען קרוב צו פיר יאר צוריק, מיט'ן הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל זצ"ל, און יבלחט"א דער רבי שליט"א איז נתמנה געווארן אלס ממלא מקום, און דאן תיכף געעפנט די ישיבה, איז חתן דנן געווען פון די ערשטע תלמידים, און זיך שוין דאן אויסגעצייכנט און ארויסגעשיינט אלס תכשיט מפואר, און אזוי ווייטער במשך די שנות הבחרות געשטיגן במעלות התורה ויראה אלס כלי מלא ברכה, כליל המעלות, ביז'ן עררייכן דעם זעלטענעם טיטול 'מורינו', ווען צו דער זעלבער צייט האט ער די געוואלדיגע זכי' צו משמש זיין דעם רבי'ן שליט"א מיט א מורא'דיגע געטריישאפט.
די שמחת התנאים איז פארגעקומען דאנערשטאג נאכט אין מחנה צאנז זוועהיל, מיט'ן השתתפות פון מאסן תלמידים וחסידים, ובפרט די תלמידי הישיבה, וועלכע האבן געהאט די געלעגנהייט זיך מיטצופרייען בשמחת רבם ומאורם און שמחת חבריהם, דער געטרייער הויז בחור, ממציוני תלמידי הישיבה. נאכן שמחת התנאים האט נאכגעפאלגט די סעודת הילולא פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל זצ"ל, וואו מ'האט מעלה געווען זכרונו הבהיר וצדיק מה פעל.



































תגובות