top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע ימי אורה "חגיגת התורה" בחצר הקודש וויען נקבע געווארן אויף שבת החודש – ראש חודש ניסן הבעל"ט

מאנטאג פ' וישלח • ח' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט א רגש של שמחה האָָבן תלמידי וחסידי ק"ק עדת יראים וויען אויפגענומען די בשורה מרנינה, אַַז אין די טעג האָָט מען שוין באַַשטימט דעם דאַַטום צום גרויסן מעמד "הכנסת ספר תורה" וואָָס איז געשריבן געוואָָרן דורך עדת תלמידי וחסידי וויען לכבודו ולזכותו פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א.


שוין א לענגערע צייט וואָָס תלמידי וחסידי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א זענען נמנו לדבר מצוה רבה, צו שרייבן די בשותפות'דיגע ספר תורה לזכותו הרמה פנעם רבי'ן שליט"א, און במשך די לעצטע תקופה זענען געוואָָרן אָָנגעשלאָָסן אין די ספר תורה, דער ציבור עדת החסידים והתלמידים זקנים עם נערים, בעלי בתים חשובים, אברכים יקרים און די בחורי חמד תלמידי הישיבות וואָָס זענען כסדר שותים בצמא את דבריו פונעם רב שליט"א וועלכער איז מאציל מהוד תורתו וצדקתו פאר יעדן איינעם פון די בני הקהלה כפי דרגו והבנתו.


די ספר תורה איז שוין כמעט פאַַרענדיגט געוואָָרן, און עס זענען שוין אָָפּגעהאַַלטן געוואָָרן מעמיד כתיבת האתיות ביים ציבור החסידים, און באזונדער פאר די בחורי חמד וועלכע האָָבן זוכה געווען צו נעמען א חלק און א שותפות אין די ספר תורה דרבים וואָָס ווערט געשריבן לזכותו הרמה פונעם רב שליט"א.


אַַצינד איז שוין באַַשטימט געוואָָרן דער דאַַטום פון דעם מעמד הכנסת ספר תורה וואָָס וועט אי"ה אָָפּגעהאַַלטן ווערן צעטיילט אין עטליכע מעמדים,  אין א "יומא אריכתא",וואס וועט זיך ציען עטליכע טעג נאָָכאַַנאַַנד, אָָנגעהויבן פון שב"ק פּרשת פּקודי, שבת החודש-מברכין החודש ניסן ווען מען וועט אי"ה אַַרויספאָָרן צוזאַַמען כאיש אחד בלב אחד צום פראכטפולן ארמון האָָטעל, און דערביי מיטהאַַלטן דעם געהויבענעם שבת בצלו פונעם רב שליט"א. מוצאי שבת וועט דאָָרט אינעם האָָטעל אָָפּגעראָָכטן ווערן דער פייערליכער מעמד הכנסת ספר תורה, מיט ריקודין של שמחה לכבוד התורה, און צומאָָרגענס, זונטאָָג פּרשת ויקרא ראש חודש ניסן וועט די שמחה פאָָרגעזעצט ווערן, ווען די ספר תורה וועט ברוב עם אַַריינגעפירט ווערן צום היכל ביהמ"ד הגדול דק"ק וויען, וואָָס וועט אי"ה זיין אן עקסטערע איבערעלעבעניש פאר זיך.


מיט די באַַשטימטע דאַַטומען האָָבן די עסקנים זיך אַַריינגעוואָָרפן מיט פלייס און ברען מסדר צו זיין אַַלע פּרטים פון די געהויבענע מעמד בעת דער שמחת המשולשת וואָָס וועט צונויפברענגען תלמידי וחסידי וויען פון אַַלע מקומות.



Comentários


bottom of page