מוצאי שבת פ' ויצא • י"ב כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר בחדרי חרדים, אין איציק ו.
טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען זיך פארלפאנעם ליל שישי צוזאמגעקומען ביי די גרויסע סעודת הילולא און התוועדות לקראת די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי אברהם דב מאווריטש זי"ע בעל ה"בת עין", וועלכער ליגט אויפן אור אלטן בית החיים אין עיר הקודש צפת, במקום אשר ישועות בו מקיפות.
דער גרויסער צוזאמקום ווערט אנגעפירט יאר יערליך דורכ'ן וועלט בארימטן משפּיע הגאון הצדיק רבי אברהם אלימלך בידערמאן שליט"א פון לעלוב, וועלכער איז מלהיב אלפי לבבות ישראל לאביהם שבשמים.
היי יאר איז אויסגעפאלן די יארצייט טאג, שב"ק י"ב כסלו, ווען ליל שישי א נאכט בעפאר די הילולא קדישא איז געפראוועט געווארן די גרויסארטיגע סעודת ההילולא צום ערשטן מאל אין די שטאט אלעד, בראשות דער משפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען מאסן טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן צום גרויסן היכל הכינוסים, און עס זענען ספעציעל ארויסגעפארן באסעס פון איבער'ן גאנצן לאנד קיין אלעד, צו קענען מיטהאלטן דעם הייליגן מעמד התוועדות והתעוררות, וואו עס האט זיך טאקע אנגעזען דער שטראם פון מאַסן טויזנטער אידן זקנים עם נערים, און בפרט הונדערטער בחורי הישיבות וואס זענען איינקוואטירט אין די ישיבות הק' אינעם קרית הישיבה אין אלעד.
אין לויף פון דער גרויסארטיגער "סעודת ההילולא" האט דער חשוב'ער משפיע שליט"א משמיע געוועהן דברי חיזוק באמונה ובטחון און התעוררות בשמירת עיניים און ארומגערעדט בגודל קדושת הזמן, און דערציילט ערשט האנטיגע עובדות פון ישועות וואס אידן זענען געהאלפן געווארן בזכות אותו צדיק, און דערביי מעורר געווען איבער ישועות וואס כלל ישראל איז געוואנדן, דער משפיע האט אויך געבעטן פונעם ציבור מעורר צו זיין רחמי שמים פאר געוויסע אידן וואס זענען מצפים לישועה צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א מרן משה בן מרים הזקוק לרחמי שמים מרובים.
ומה נהדר היה המראה, מיטהאלטנדיג די הייליגע ריקודין ביראה עילאה פון אַזויפיל טויזנטער אידן, ברשפי אש שלהבת קה מיט א גאר געהויבענעם התרוממות הנפש, די טענץ האט אנגעהאלטן ביז שפּעט ביינאכט. כחצות הלילה האט מען צוגעטראטן צום געהויבענעם מעמד תפילת רבים, ווען די משפיע האט מעורר געווען בדברי הכנה זאגנדיג אז היי יאר צוליב די שווערע און אנגעצויגענעם מצב אין ארץ ישראל קען מען נישט ארויספארן אויף די יערליכער מעמד תפילת רבים צום ציון הקדוש, אין די בת עין געפינט זיך זעכער דא מיט אונז בהאי שעתא, דערנאך האט די משפיע יורד געווען לפני התיבה צו אמירת סליחות בהשתפכות הנפש מיט גרויס התעוררות דקדושה זייענדיג מעוטף מיטן טלית, ווען די ווערטער האט א ספעציעלע באדייט און טיפע משמעות אין די יעצטיגע שווערע זמנים, דערנאך האט מען געזאגט פרקי תהילים נאכגעפאלגט מיט תקיעת שופר קבלת עול מלכות שמים און שלוש עשרה מידות אינעם געהויבענעם עת רצון.