top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי תושבי קרית יואל מקבל פנים געוועהן "150 מנהלי המוסדות על טהרת הקודש" ביי פייערליכע מעמד קבל"פ באתרא דמר

זונטאג פ' מקץ • כ"א כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

כמעשהו בראשונה ביים קבלת פנים רבתי אין וויליאמסבורג האבן אלפי תושבי קרתא דשופריא קרית יואל רבתי, מיטגעלעבט זעלטענע הייליגע מאמענטן פאריגן ליל ששי פר' וישב ביים פייערליכער מעמד אדיר "קבלת פנים" אין ביהמ"ד הגדול דק"ק סאטמאר קרית יואל, וואו עס זענען געוועהן פארזאמלט טויזנטער תושבי העיר יונג און אלט, זייענדיג וועלט- בארימט מיט מאכטפולע שטיצע און חיזוק אלס צענטערּ-פונקט פון "מחזיקי חינוך הטהור", אין שּפיץ פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, רבני ודייני העיר שליט"א, גדולי וזקני תלמידי הרה"ק מסאטמאר זי"ע, נדיבים גדולי עמודי חינוך הטהור, וואס האבן מקבל געוועהן את פני כבודם פון די חשוב'ע מנהלי המוסדות עטה"ק, און הערן מכלי ראשונים איבער זייער אומגעהויערע גבורות הנפש למען כבוד שמו יתברך.


דער מעמד איז אנגעפירט געווארן בטוב טעם דורכן יושב ראש הרב אברהם חיים ליפשיץ מנהל מפעל 'אחיעזר'. ביים אנהייב פונעם מעמד איז אפגעהאלטן געווארן א פאנעל מיט דריי פון די מנהלי המוסדות וועלכע האבן איבערגעגעבן עדות נאמנה פארן ציבור החשוב, צו מיטלעבן די אומבאגרייפליכע מסירות נפש וואס זיי גייען אריבער אונטערצוהאלטן די מוסדות עטה"ק צו קענען פארשטיין וואספארא געוואלדיגע אחריות און חיוב עס הויערט אויף תלמידי וחסידי סאטמאר, צו שטיין צו זייער האנט און אויפהייבן דעם קרן חינוך הטהור.


דאן האט גענימען דאס ווארט הרבני הנגיד ר' רפאל עקשטיין הי"ו וואס האט געלייגט א שטארקן דגוש איבער דער ענין פון גיין נאך געלט פאר די חשובע קאסע'ס, אחיעזר, שקל הטהור ובראשם די היזיגער קרית יואל'ער קאסע 'קרן ישכר בער' וואס פארטיילט שווערע געלטער פאר מוסדות על טהרת הקודש.


די משא המעמד איז געהערט געווארן דורך הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט''א וועלכער האט באגריסט די העלדישע מוסרי נפש - שולחי כלל ישראל וואס פארטרעטן אריבער 60,000 תשב״ר בליעה״ר, און די ברכה וואס אזעלכע אידן לאזן דא איבער. דער רב שליט"א האט קלארגעשטעלט דער מטרה און תכלס ארויסצוברענגען די מנהלים זיי צו געבן מאכטפולע חיזוק און שטיצע, און אריינבאקן אין די יונגע דורות איבער די סאמע שפיץ פון ימי חיי הרה"ק מסאטמאר זי"ע למען קיום חינוך הטהור מיט מסירות נפש ממש. דער רב שליט"א האט דערביי שטארק משבח געוועהן די אלע קופות וואס העלפן ארויס די מוסדות, אין די זכיה פארן שטאט קרית יואל צו זיין פון די נמנים לדבר מצוה.


א רירנדע דרשה איז געהערט געווארן דורך הרב אליעזר ראזנטאל הי"ו מנהל מוסד 'מנוחה וקדושה' וועלכע האט ארויסגעברעגנט די שטורמישע רגשי הלב אין נאמען פון אלע מנהלי המוסדות, און ארומגערעט איבער די אויסטערלישע חיזוק און ווארעמקייט וואס מען זעהט ביי די מעמדי קידוש השם. ער האט געשילדערט די אומדערטרעגליכע מצב וואס הערשט אין די מוסדות אין ארץ ישראל און די גרויסער אויפטוהונגען פון די אלע חלוקות אנגעהויבן פון שקל הטהור, אחיעזר, קרן הצלה און אזוי ווייטער.


א פלאם פייערדיגע דרשה האט מען דאן געהערט פון כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א ארויסברענגענדיג די שעצונג און הערכה פאר די גבורי החיל וועלכע שלעפן דעם שווערן עול פון א מוסד על טהרת הקודש, און דער חוב קדוש וואס ליגט אויף יעדן סאטמארער חסיד באשר הוא שם זיי צו שטיצן און מחזק זיין בגוף ובממון.


נאכן מעמד כחצות הלילה בעת רצון זענען די מנהלי המוסדות אינאיינעם ארויף צום ציון הק' פונעם הייליגן סאטמארער רבי'ן זי"ע אין קרית יואל, וואו מען האט איינגעריסן למען הכלל והפרט יעדע מיט זיינע בקשות ועל כולם פארן עתיד און הצלחה פון חינוך הטהור.







































תגובות


bottom of page