מוצאי שבת פ' וירא • כ' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מארגן זינטאג פ' חיי שרה וועט כ''ק האדמו''ר מטשערנאביל שליט''א אפפליען קיין בריסל - בעלגיע וואו די רבי שליט''א וועט זיך אויפהאלטן אין לויף פון די וואך לצרכי רפואה. די רבי וועט אויפן ראט פון די דאקטוירים דורכגיין א לייכטע מעדיצינישע פראצעדור למען בריאת גופו הטהור. די רבי וועט האבן די אכסניא אין שטאט אנטווערפען בבית הרבני הנגיד ר' משה שטראהלי. אויף שבת וועט זיך די רבי צוריק קערן קיין ארץ ישראל. כלל ישראל איז מרבה בתפילה לבריאות השלימות וחיזוק הכוחות פונעם רבי'ן שליט''א מרן מנחם נחום בן בלומא טויבא שיתחדש כנשר נעוריו.
Comments