top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

החוט המשולש • פייערליכער שמחת החתונה אין די הויפן פון קרעטשניף - פרמישלאן - ספינקא

דאנערשטאג פ' וישלח • י"א כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

ברגשי שמחה והתעלות האבן מאסן חסידים נעכטן מיטגעהאלטן די געהויבענע רעבישע חתונה אין די הויפן פון ספינקא - קרעטשניף - פרימישלאן - ראחמיסטריווקא וואס איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וגיל אינעם גרויסן מחנובקא בעלזא בית מדרש אין שטאט בני ברק, מיט די באטייליגונג פון א ריזן ציבור חסידים פון די אלע הויפן וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שמחה בבית צדיקים.


באזונדער האט די שמחה אויסגערופן אינערליכע רגשי הלב ביי חסידי קרעטשניף און פרימישלאן, ווען האחים כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א און כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א האבן זיך צום ערשטן מאל משדך געווען צווישן זיך און האבן אינאיינעם באשיינט די שמחה בראש המסובים בשבת אחים גם יחד.


ביים מעמד קבלת פנים איז געזינגען געווארן ניגוני התעוררות כנהוג, און דברי חרוזין דורך הרה"ח ר' זרח אייזנבאך הי"ו לעורר הלבבות, די זיידע דער ספינקא רבי האט כמנהגו פארגעזינגען 'היה עם פיפיות' בנוסח ימים נוראים כנהוג, און מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הגה"צ רבי מרדכי האלפרין רב קהל חסידים ביתר.


ביי די מעמד החופה ברחובה של עיר איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע מצד החתן כ''ק אדמו"ר מספינקא שליט''א, קריאת הכתובה די פעטער הרה"צ רבי יצחק אייזיק ווייס אב"ד ספינקא מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די זיידעס פון כלה כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א, און הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א, ברכה אחריתה די זיידע מצד החתן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, נאכן חופה האבן זיך די זיידעס האדמור"ים שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים.


צום באשטימטן צייט זענען די אדמו''רים שליט''א ערשינען צום סעודת החתונה אינעם היכל וועלכע איז געווען מלא וגדוש מקצה אל קצה מיט די הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, אנהייב פונעם סעודת החתונה זענען ערשינען די זיידעס האחים האדמורי"ם מקרעטשניף און פרעמישלאן און א קורצע צייט דערויף איז ערשינען די זיידע די ספינקא וואו אלע דריי זיידעס האדמור"ים שליט"א האבן זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע מחול לצדיקים, די ספינקא רבי האט דערנאך פארגעזינגען די ניגון 'קל אדון' און נאך ניגוני קודש משולב מיט אייגנארטיגע חרוזין ארומרעדנדיג פון די קשר צווישן די זיידעס פון אלע צדדים, און האט דאן אנגעפירט די ריקודין בנהירו דאנפין כטוב לב המלך ביין פאר לענגערע שעהן נאכאנאנד הייבנדיג דעם ציבור טפחיים מעל הקרקע. און די זעלבע צייט איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב ביי די זיידעס האדמורי"ם מקרעטשניף און פרימישלאן אויפן אויבן אן.


אינצווישן זענען געקומען זיך משתתף זיין פילע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי האדמורי"ם ממחנובקא בעלזא - דאראג - נדבורנא - נדבורנא ירושלים - סטריקוב - ביאלא בני ברק - לעלוב פון בני ברק - זידיטשוב בני ברק - קרעטשניף קרית גת - קרעטשניף טשערנאוויץ - מיאלען - ביטשקוב - יערוסלאב - ראחוב - ספינקא בני ברק - ספינקא רמת אהרן - ספינקא גני גד - ספינקא בית שמש -  הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ - הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק - הרה"צ רבי דוד טווערסקי אב"ד ראחמיסטריווקא - הרה"צ רבי אהרן טויסיג - שלוחי דרבנן ר' יצחק גאלדקנאפף און נאך.


צווישן די קרובע המשפחה האבן זיך אנגעזעהן די פעטער'ס האדמורי"ם מביאלא פשיסחא פון אשדוד און בני ברק - ביאלא ישרי לב - קרעטשניף מאנסי - זידיטשוב ווערצקי - זידיטשוב בני ברק - אלעסק ירושלים - לעלוב הר יונה - הגה"צ רבי שמחה ראבינאוויטש בעל פסקי תשובות - הגה"צ גאב"ד ביליץ - הגה"צ רבי משה שמואל שטערן אב"ד סטריקוב און נאך פיל.


פארן בענטשן איז ערשינען די געהויבענע פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, די זיידע כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה, ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. נאכן בענטשן האט די ראחמיסטריווקא רבי געטאנצן מצווה טאנץ לפני הכלה און איז דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, דערנאך איז געטאנצן די זיידע הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א. דאן האט כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פארגעזינגען דעם אויסגעווייקטן 'אלקא דיליה' כהכנה דרבה און דאן צוגעטרעטן צו די ריקודין קדישין, דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' זאב אלפראוויטש הי"ו אויפגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, און נאכן טאנצן מיט די חתן מחותנים און זיידעס און בני משפחת המלוכה איז געשאפן געווארן א הערליכע מחול לצדיקים צווישן די אחים רעים האהובים די זיידעס האדמורי"ם מקרעטשניף און פרמישלאן. דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' חיים משה זארגער הי"ו אויפגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א. עס איז שוין געווען נאך פיר אזייגער פארטאגס קרוב לעלות השחר ווען די הונדערטער חסידים האט זיך צושפרייט נאך די שמחה הרוממה.






























































































Comments


bottom of page