top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • טרויער נאך פטירה פון הגה''צ רבי מנחם מענדל פקשר זצ''ל אב''ד ודומ''ץ וויז'ניץ אלעד

דינסטאג פ' בהעלתך - י"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות


ברוך דיין האמת - גלה כבוד מישראל


מיט גרויס צער אין ווייטאג ווערט אויפגענימען די בשורה איבער די פטירה פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, הגאון החסיד ר' מענדל פקשר זכר צדיק לברכה רב ודומ"ץ דקהל 'צמח צדיק' ויזניץ אין אלעד ר"מ ומשפיע אין ישיבת 'דמשק אליעזר' ויזניץ הר-נוף ומח"ס 'ענבי הגפן' ו'כאור החמה מזהיר' וועלכע האט היינט נאכמיטאג אויסגעהאכט זיין נשמה אין עלטער פון 74 יאהר.


דער רב איז ליידער אנגעשטעקט געווארן פון די וויירוס בשנת תש''פ אין איז געלעגן על ערש דווי בעת כלל ישראל אין חסידי וויז'ניץ בפרט זענען מתפלל לרפואתו השלימה, דער רב האט זיך מיט די צייט ערהוילט אין צוריק געקומען צו די כוחות, ביז אין די לעצטערע וואכן ווען דער מצב האט זיך ווידער פארערגערט אין היינט נאכמיטאג איז דער רב נתבקש געווארן לישיבה של מעלה איבערלאזנדיג א הערליכן דור קינדער אין איידימער מרביתי תורה ויושבי על מדין.


די לוי' גייט ארויס היינט 7:30 פארנאכטס פונעם ביהמ''ד הגדול 'צמח צדיק' וויז'ניץ אין אלעד, אין שפעטער אום 9:30 אויפדערנאכט פארנט פון די וויזניצער ישיבה אין הר נוף אין פון דארט צט הר המנוחות ווי די רב וועט קומען לקבורה.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.








Comentarios


bottom of page