top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

מיטוואך פ' בהעלותך • י"ג סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

באגריסונג מטעם מוסדות סאטמאר בארא פארק פאר די צענדליגער אדמור"ים ורבנים חשובים זיידע'ס פון די חתני המקרא ביים חומש סעודה די וואך.


וירד משה מן ההר אל העם  • הרה"צ רבי זלמן לייב פילאפף אבד"ק מכלל יופי ביי די חתונה פון אן אייניקל וואו דער רב שליט"א האט זיך שלא כהרגלו אראפגעלאזט צו די חברים פון חתן זיי מקרב צו זיין לאבינו שבשמים.


האד' מסאדיגורה ביים מנחם אבל זיין הגה"צ רבי נחום כהן באקאנט אלס 'באבא נחום' מחשובי חסידי סאדיגורה נאך די פטירה פון זיין זון ע"ה.

אן התנצלות מטעם וועד 'דרשו' צוליב א מכשול וואס האט פאסירט ביים גרויסן מעמד 'קבלת שבת' פאריגע וואך.

הרב יהודה אבוטבול מאיער פון שטאט אלעד טרעט אויף ביים דינער 'מקיימי עולם' לטובת די וויז'ניצער מוסדות אין שטאט.

די חברת שמירה דחסידי גור אויף די וואך על כל צרה שלא תבוא ביים גרויסן לוי' די וואך פון הרבנית מגור ע"ה.

המשפיע הרה"צ רבי משה יעקב הורוויץ שליט"א ביים אויסנוצן די צייט צווישן די חופה און חתונה די וואך בשמחת בית ספינקא זייענדיג קובע עיתים מיט די צוויי משמשים בקודש ביי האד' מתולדות צבי ספינקא שליט"א .

האד' מפינסק קארלין ביים איבערגעבן שיחות קודש דורכן טעלעפאן פאר די תלמידי הישיבה אין בני ברק וועלכע זענען געזעצן ביי די גמרות ביז די לעצטע שעות פון די שלשת ימי הגבלה.


הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע ביים נעילת יו"ט שני אינאיינעם מיט די בחורים פון אויסלאנד תלמידי ישיבת סלאבאדקע.


הגאון רבי צבי קאשלעווסקי שליט"א ראש ישיבת היכל התורה וואס איז געהאלפן געווארן מיט א בן זכר ביי די 88 האט 'קרישקעס' באמערקט אין א פרייערליכן טאנץ מיט זיין אויסגעבעטענעם בן זכר ביים 'כינוס נשי אדירי התורה' וואס איז אראנזשירט געווארן פאר מיידלעך וואס זענען אין די יארן פון שידוכים.


ביים ריזן מעמד אדירי התודה די וואך האט 'קרישקעס' באמערקט הרב משה פריעדמאן משב"ק אדמו"רי בית סאטמאר אין א שמועס מיט די ראשי ישיבת הגאון רבי מלכיאל קאטלער אין הגאון רבי ירוחום אולשין שליט"א.

דער בעל מנגן הרב פנחס ביכלער ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון רבו האד' מסאדיגורה נאכן מהנה זיין און אנפירן די ניגונים במשך יו"ט שבועות.

ביים גרויסן דרשו מעמד דעם ערב שבועות האט 'קרישקעס' באמערקט העסקן הרב שלום אלי' פעלבערבוים פארטיפט אין א הלכה'דיגע משא ומתן אין הלכות שבת.

ביים שמחת החתונה די וואך בחצר הקודש ליזעסנק האט 'קרישקעס' באמערקט העסקן ר' שרגא פריעדמאן אין א שמועס מיטן רבי'ן נאכן מעמד החופה.

די פאטאגראפירער החתן אברהם אבא אייזנבאך בקודש פנימה ביי כ"ק האד' מבעלזא שליט"א לקראת זיין חתונה וואס קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג נאכט - י"ז סיון אין קרית צאנז נתניה.

באגריסונג מטעם וועד "משמרת קדושי עיר שענדישוב" לכבודו פון האדמו"ר מדינוב שליט"א וכל הנלווים אליו וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן אויף א מסע קודש צו די קברי אבות אין פולין.

האד' מצאנז קלויזנבורג ביים שמחת הוואך נאכט לבן הנולד ביי מקורבו בנש"ק הרב חיים מרדכי גאלדשטיין שליט"א בן הגה"צ אב"ד צמח דוד סקאליע שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א.


ראש הישיבה הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א ביים מעורר רחמים זיין אויף די לומדי התורה אין ליכט פונעם גזירת הגיוס, על קברו פון זיין זוהן הרב עזריאל בערגמאן ע"ה צום ערשטן יארצייט.


הרה"צ רבי יצחק דוד אלתר בן הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע דינט אלס סנדק ביי א ברית היינט פון אן אייניקל - תוך די ימי השבעה נאך די פטירה פון אמו הרבנית ע"ה, זייענדיג מעוטף אינעם טלית פון זקינו הרה"ק בעל 'אמרי אמת' מגור זי"ע.

האד' מתורת חכם ביים מקיים זיין די זעלטענע מצווה פון 'ראשית הגז' בבית מדרשו אין ירושלים.

ביי די שבעה די וואך האט 'קרישקעס' באמערקט די ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים אויפנעמען די ספעציעלע בחור "שמחה'לע לייזרוביץ" כאחד הגדולים.

נייע עיר-קאנדישן סיסטעם אינסטאלירט ביים "בית המדרש הגדול " סערט וויז'ניץ אין חיפה‎.

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט אין די שפעטע נאכט שעהן ביים כותל המערבי.

האד' מאמשינאוו ארה"ב באזוכט ביי שאר בשרו האד' מאמשינוב אין ירושלים לרגל די חתונה פון בנו החתן.

העסקן הרב מאיר פרוש ביי א זיצונג במעונו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א וואו מען האט דורכגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק.

הגה"צ רבי יקותיאל יצחק שווארץ אדמו"ר מבראד באזוכט ביי האד' ממחנובקא בעלזא

יארצייט פון אומפארגעסליכער ר' דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע"ה אפגעצייכענט די וואך י"א סיון.

האד' מסטראזניץ לאנדאן ביי מלוה מלכה נאכן וויילן אויף שבת בצל הקודש פון מחותנו האד' מפשעווארסק אין אנטווערפען.

מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פון האד' מסאטמאר לרגל די שידוך שליסן פון החתן משה קלמן פריעדמאן ני"ו מנאמני ביתו פונעם רבי'ן שליט"א.

האד' מביאלא בני ברק אויף א באזוך די וואך ביי אחיו האד' מביאלא אוסטרובא אין ירושלים.

תם ונשלם די מלכות'דיגע פרוכת וואס האט באשיינט דעם נייעם פראכטפולער ארון קודש אינעם גרויסן קלויז דחסידי באיאן אין ירושלים.

האד' מסאטמאר ביים תפילין לייגן פאר הבחור הבר מצוה זוהן פון האדמו"ר מזאבליטוב החונה בשכונת שאגת אריה אין קרית יואל.

גאב"ד מאקאווא אויפן פליגער קיין מעזיבוזש אוקריינע וואו דער רב שליט"א האט געוויילט אויף יו"ט שבועות.

דער מגיד מישרים הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א אויפן וועג אהיים קיין ארץ ישראל אויף יו"ט שבועות נאך א קורצע באזוך אין ניו יארק.

האד' מפינסק קארלין  בסוד שיח מיט המקובל הגאון רבי גמליאל רבינוביץ שליט"א ביי א לוי' די וואך.

האד' ממבקשי אמונה ווערט געזעהן בנאות דשא וויילנדיג אין ניו דזשערזי.

האדמו"ר מסקולען ביים פאררעכטן א קאפל פון א קינד פון ת"ת סקאליע, ביים חדר פירן די וואך בביתו נאוה קודש.

העסקן הנמרץ הרב יוסף יצחק יאקאבאוויטש חבר מועצת העיר בני ברק ביים שלום נעמען פון רבו האד' מצאנז דעם ערב יום טוב שבועות‎.

אין די פארנומענע ערב יו"ט שעות האט 'קישקעס' באמערקט האד' מניקלשבורג טראגן בלומען לכבוד יו"ט פאר פולע צובראכענע אלמנות ויתומים זיי אויפצולעבן מיט א שמחת יו"ט.

צוויי שפאגל נייע אמבולאנסן ווערן אין די טעג סטאנצאנירט אין קרית יטב לב פאר די באניץ פון חברה הצלה ד’קעטסקילס.

דער 'משפחה' מאגאזין רעדאקטאר ר' אריה ארליך טיילט מיט א הערליך ארטיסטיש בילד וואס ברענגט ארויס דער גייסט פון יום טוב שבועות, ווען א איד כאפט א מאמענט צווישן זיינע פארנומענע ארבעט, צו לערנען אביסל תורה.

א ברכת מזל טוב פאר הרב זושא גליק הי"ו משב"ק האדמו"ר מפשעווארסק, לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הרב אליעזר מרדכי עהרענפעלד הי"ו משב"ק האדמו"ר מדינוב, לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר העסקן הרב יודא שפיטצער משב"ק האד' מתולדות צבי ספינקא לרגל די שמחת החאלאקע פון זיין זוהן ני"ו, אינעם בילד: ביי אפשערן ביי רבו האד' מספינקא.


א ברכת מזל טוב פאר הרב חיים יונה ווייס הי"ו משב"ק האד' מבאבוב 45 לרגל שמחת נישואי בנו החתן למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הרב מיכאל אליעזר פרידמאן משב"ק האד' מנדבורנה לרגל שמחת נישואי בנו החתן צביקי הי"ו, אינעם בילד: האד' מנדבורנה ביים אנטוהן די קיטל פארן חתן איידערן ארויסגיין צום חופה.


Komentarze


bottom of page