top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבל כבד לישראל: צענדליגער טויזנטער צעשאסענע הערצער ביי מסע הלוי' פון הרה"ק מסקולען זצוק"ל אין בארא פארק

דינסטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: JDN

 

א געשאצטע 50 טויזנט אידן האבן פארשווארצט די גאסן פון שטאט בארא פארק און מאנסי, אפגעבנדיג דעם כבוד האחרון פאר'ן קדוש ישראל ותפארתו כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל. מיט פארקלעמטע הרגשים פון יתמות און אבילות האט מען געשפרייזט אויף דרכי בארא פארק און מאנסי האבילות, די טרויער און פארלוירנקייט שרייט ארויס פון יעדנ'ס פארביטערט הארץ וואס קלאגט און קען זיך נישט טרייסטן פון דעם גרויסן בראך, אוי, מי ירפא לנו. נחלי דמעות זענען פארגאסן געווארן דורך די טויזנטער מלווים במשך די הארצרייסנדע לוי' על סילוקו של צדיק.


די לוי' האט זיך אנגעהויבן אין בארא פארק בבית מדרשו של רבי אין ביהמ"ד הגדול סקולען מיט פרקי תהילים פארגעזאגט דורך הרה"ח ר' מענדל ראזענבערג יו"ר חברא קדישא. דערנאך האט מען געהערט די הארצרייסנדע מספד נהי וקינה דורכ'ן רבי'נס עלטסטער זון הרה"צ רבי אהרן מאיר שליט"א, וועלכער האט בקול בוכים באוויינט די אומגעהויערע אבידת כלל ישראל, פארציילנדיג פון די צדקות און פרישות פונעם טאטן ז"ל וואס האט ארויסגעשיינט נאך פון קינדווייז אן, און די געוואלדיגע חביבות וואס ער האט גענאסן נאך ביים זיידן דער הייליגער נועם אליעזר זי"ע, און ארומגערעדט איבער'ן רבי'נס דביקות'דיגע עבודת התפלה, זיין אויסטערלישע שמירת עינים, און דערנאך האט ער דערמאנט די מאמע הרבנית הצדיקת תליט"א בעטנדיג דעם טאטן צו זיין פאר איר א מליץ טוב, און ער זאל ווייטער זיין דער עמוד צלותהון דישראל, משפיע צו זיין פון אויבן פאר גאנץ כלל ישראל.


דערנאך האט מספיד געווען דעם רבי'נס איידעם הגה"צ רבי מרדכי דוב בעק אב"ד טאלמיטש, וועלכער האט זיך אלע  יארן געטריי אפגעגעבן ליד ימין קדשו, ארויסברענגענדיג די שווערע אבידה, און געשילדערט שטריכן פונעם רבי'נס עבודת הקודש, ובפרט פון זיין שמירת עינים און שמירת הדיבור, זיין קאך אין שבת קודש, זיינע מורא'דיגע מדריגות אין אמונה, פארציילנדיג פון די לעצטערע שווערע זמנים, ווען די דאקטוירים זענען געווען פארלוירן און נישט געוואוסט וואס די נעקסטע מינוט וועט ברענגען, און ווען מ'האט גערעדט צום רבי'ן האט ער געהאלטן אין איין חזר'ן "נאר אמונה, נאר אמונה".


דערנאך האט מספיד געווען דעם רבי'נס זון הרה"צ רבי אליעזר זוסיא שליט"א וואס האט באוויינט די אבידה שאין לה תמורה, און ארומגערעדט בפרשת גדולת אביו, וואס איז נאך געווען א מנהיג העדה אלס קינד, ווען ער האט שוין דעמאלט משפיע געווען פאר זיינע ארומיגע, און שפעטער אלס יונגערמאן ווען ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב אין קהילת מאור הגולה אין מאנטרעאל, איז געווען שמו הטוב הולך לפניו, דער גאנצער היימישער ציבור אין מאנטרעאל וואס האט זיך אנגעשעפט מאור תורתו וקדושתו במלוא חפניים. שפעטער האט כלל ישראל זוכה געווען צו געניסן פון דעם אור בהיר בשחקים, ווען ער איז נתעלה געווארן על כס האדמורו"ת, און דער צער איז אזוי גרויס ווען ער איז אזוי פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן, יעדע מינוט וואס מ'האט אים געהאט איז געווען א שמירה פאר'ן דור, פארציילנדיג אז דער טאטע האט זיך אים אמאל ארויסגעכאפט אז זינט די שווערע קאראנא מגיפה וואס האט באטראפן כלל ישראל האט ער יעדן טאג ביי שמו"ע צוגעלייגט א ספעציעלע תפלה אז ס'זאל זיין א שמירה פאר כלל ישראל, און ער פלעגט דאס זאגן מיט שטארקע תנועות.


אזוי אויך איז אמאל געווען אין חודש אלול ווען ס'האט געווארט א גרויסער עולם אריינצוגיין מיט קוויטלעך, און דער רבי האט זיך פארשפארט, ער וויל נישט אויפנעמען, און ס'האט נישט געהאלפן די הפצרות פון די גבאים, ביז דער שוואגער הגה"צ טאלמיטשער רב איז אריין, האט אים דער רבי געזאגט אז ס'קומען אריין צו מיר אידן שרייבן אויף די קוויטלעך אז ס'איז ביי זיי א קינד ל"ע אראפ פון אידישן דרך, כ'קען נישט ליינען אזעלכע קוויטלעך, עס רייסט ביים הארץ, כ'קען נישט צוזען די צרת הכלל. בתוך דבריו האט ער שטארק ארויסגעברענגט דעם מסירת נפש וואס דער טאטע זי"ע האט זיך אוועקגעגעבן בכל נימי נפשו הטהורה פאר'ן מוסד הקדוש "חסד לאברהם", וואס ער האט פערזענליך געטראגן על לוח לבו הטהור.


בקול בכי תמרורים האט דאן מספיד געווען דעם רבי'נס שוואגער הגה"צ אב"ד וויטקא שליט"א, וואס האט אריינגעשלעפט דעם רבבות המלוים אין א יאמערליכע וויינערייען, זייענדיג מעורר ווען מ'האט געכאפט אזא ביטערן קלאפ בסילוקו של צדיק, די גרויסע אבידה וואס בארא פארק האט פארלוירן, די קהילה האט פארלוירן, און מעורר געווען לתשובה ותיקון המעשים, בעניני צניעות, און טעכנאלאגיע. די לוי' האט זיך געשלאסן מיט פרקי תהילים דורכ'ן רבי'נס פעטער הרה"צ רבי מאיר שטערן שליט"א אב"ד גבעת שאול, און דערנאך האט זיך די לוי' צוג ארויסגעלאזט אויף די גאסן פון בארא פארק וואס איז געווען שווארץ פון פילע צענדליגער טויזנטער אידן העטופים כאבלים ווען פון יעדנ'ס הארץ רייסט זיך ארויס ביטערע זיפצן און קרעכצן, מאין הנחם.


שפעטער נאכמיטאג איז די ריזן מסע הלוי' ארויס פונעם ביהמ"ד נועם אליעזר סקולען אין מאנסי, וואו ס'האבן זיך ווידער פארזאמלט צענדליגער טויזנטער אידן, אין שפיץ פון צענדליגער אדמורי"ם ורבנים, וואס זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון פאר'ן פאר הדור וקדושו.


ביים אנקומען אין מאנסי איז מען גלייך צוגעפארן צום 'פארק ענד רייד' פארקינג לאט, ביים טראוועי אין מאנסי, וואו א גרויסער ציבור האט אפגעווארט דעם ארון בראשות כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא האט געזאגט קל מלא רחמים, און מען האט דערנאך באגלייט דעם ארון א היבשע וויילע. דער ארון איז דערנאך צוגעפירט געווארן צום ביהמ"ד דקהל נועם אליעזר סקולען אין מאנסי וואו עס איז געווען פארזאמעלט א ריזיגער ציבור ובראשם פילצאליגע רבנים וגדולי ישראל שליט"א. פון דארט האט מען באגלייט דעם ארון צופיס דעם לאנגען וועג ביז צום וויזשניצער ביה"ח. אויפ'ן ביה"ח איז דער רבי זצ"ל געקומען למנוחתו הארט נעבן זיינע גרויסע אבות הקדושים. נאך די קבורה האט מען געזאגט "צידוק הדין" און די קינדער און ברודער הרבנים ואדמורי"ם שליט"א האבן געזאגט דעם קדיש. דערנאך האט די ריזן ציבור מנחם אבל געוועהן די אבלים צווישן די שורות.


צווישן די עמנדליגער טויזנטער מלווים ביי די לויות אין בארא פארק און אין מאנסי האבן זיך זיך אנגעזעהן צווישן אנדערע: האדמורי"ם מסאטמאר, סקווירא, באבוב, באבוב 45, האדמורי"ים מוויזניץ פון מאנסי, וויליאמסבורג, ירושלים אין בארא פארק, ראחמיסטריווקא, פאפא, מונקאטש, דינוב, וויען, טשערנאביל, תולדות יהודה, קאשוי, קאסאן, לעלוב, סערדאהעלי, ספינקא, סקווירא פון ב"פ, קאסוב, בורשטין, קאשוי, צעהלים, סקאליע, פאלטישאן, קאליש, זידטשויב באר שבע, דעעש, וויעליפאלי, נאוואמינסק, צאנז פון ב"פ, דזירקא, גאב"ד פריימאן, אב"ד מכלל יופי, אב"ד נזר גדליהו, ראב"ד פאלטישאן, אב"ד יאקע, אב"ד באלחוב, אב"ד פאפא ב"פ, דומ"ץ באבוב, אבד"ק באבוב 45, דומ"ץ סקווירא ב"פ, רב חסידי גור ארה"ב, און נאך פיל.