מיטוואך פ' ויקרא • י' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין בעפארברייטונג צום אלטוועלטליכע יום תפילה וואס איז פאררופן געווארן אויף מארגן צום תענית אסתר מוקדם דורך מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דב לאנדא שליט"א ואתו עמו נאך גדולי ישראל מעתיר צו זיין לישועת כלל ישראל, איבערהויפט פאר די העכער הונדערט פארכאפטע משכונות וועלכע געפונען זיך נאך אלס בידי זרים, זענען נעכטן דינסטאג אריין אל הקודש פנימה צום ראש ישיבה א דעלעגאציע פון די פארכאפטע פאמיליעס זיך באדאנקען פארן ראש ישיבה אויף זיינע ווארימע שטיצע און חיזוק בכל עת וזמן, זיך שואל עצה זיין אין גלייכצייטיג זיך אנשעפן מיט חיזוק ועידוד אין די יעצטיגע שווערע זמנים ווען זייער נאנטע קרובי המשפחה געפונען זיך אינטער די נעגל פון די רשעים אין עזה שוין העכער א האלבע יאהר.
די ראש ישיבה האט אויסגעדריקט מיטלייד מיט די צובראכענע משפחות און געזאגט מיט זיי עטליכע פרקי תהילים און אחינו כל בית ישראל, און דערנאך אנגעוואונטשן אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן און די פארכאפטע זאלן בקרוב אהיימקומען בריאים ושלמים.
די עסקנים האבן דערציילט פארן ראש ישיבה איבער אן אייגנארטיגע פלאן צו פאראייניגן רבבות אלפי ישראל אלטוועלטליך צו זאגן אינאיינים 'שמע ישראל' ווען אין די זעלבע צייט וועלן אידן פון אלע עקן וועלט אויסשרייען שמע ישראל לזכותם פון די פארכאפטע משכונות, הערנדיג פון דעם ראיון האט זיך די ראש ישיבה אויסגעדריקט אז ער אליין וועט אויך מיטזאגן 'שמע ישראל' אין דעם עת רצון.
Comentarios