top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע שמחת נישואין בשמחת בית וויז'ניץ - קארלין לעלוב

פרייטאג פ' חוקת • ו' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

 

בחצר הקודש וויז'ניץ איז דעם מיטוואך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביים ראש ישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א, די כלה א טאכטער ביי זיין איידעם הגה"צ רבי ברוך שטערנבוך אב"ד וויז'ניץ בראכפעלד מיט די חתן זון פון הגה"צ רבי דוד ראזנפעלד אבד"ק קארלין לעלוב, עס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ אין בני ברק אין שפיץ פונעם פעטער די ראש בית אב מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א.


ביים קבלת פנים האט זיך משתתף געוועהן ביי די שמחה די פעטער כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די חשובע גאסט כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט"א, קריאת הכתובה די פעטער כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב שליט"א, מיט די ברכות זענען נתכבד געווארן די זיידעס ראש ישיבת וויז'ניץ און הרב יעקב העניג שליט"א, ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א, נאכן חופה האט די וויזניצער רבי געוונטשן מברכות קדשו פארן גאנצן ציבור.


ביים סעודת החתונה האבן זיך משתתף געווען הגאון הגדול רבי בערל פוברסקי ראש ישיבת פונוביז און האדמורי"ם מוויזניץ לאנדאן - פינסק קארלין - סאדיגורא - פיטסבורג - וויזניץ בית שמש - סקולען ירושלים - גארליץ - סאכאטשוב - ספינקא רמת אהרן - לעלוב בית שמש - די ברודער הרה"צ ר' יעקב יוסף און הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי קינדער פון האד' מסקווירא, הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן גאב"ד מערב בני ברק און דער פוסק הגאון רבי עמרם פריד שליט"א.



























































































































Comments


bottom of page