top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי לעיקוואד מיטגעהאלטן שעות של תענוג רוחני ביים באזוך פון ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר

מונטאג פ' חיי שרה • כ"ב חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש


בכבוד והערצה האבן תושבי ארצות הברית מקבל געווען דעם חשובן גאסט פון ארץ הקודש, הגאון ראש הישיבה ר' שאול אלתר שליט"א, וועלכער האט נעכטן זונטאג פארטאגס געלאנדעט אין ניו יארק אויף א קורצע ביקור חיזוק בקרב עדת צאן מרעיתו, און אויפטרייבן שטיצע לטובת די מוסדות בארץ הקודש.


אין די פריע פארטאגס שעה'ן האט דער ראש ישיבה געלאנדעט אין די נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערזי, וואו עס האבן אפגעווארט א קבוצה נכבדה חסידים ואנשי מעשה, ובראשם הנגיד החסיד ר' מאיר מעלניק.


דער ראש ישיבה איז אריינגעפארן קיין לעיקוואד לבית האכסניא, און ארום זיבן דרייסיג ערשינען צו תפילת שחרית בבית מדרשו קהל פני מנחם אין לעיקוואד. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די חסידים, וואו דער ראש ישיבה האט משמיע געווען דברות קודש ודברי חיזוק. צוליב די גרויסער ציבור וואס איז נישט געווען מעגליך צו פלאצירן אינעווייניג אינעם היכל בית המדרש, איז די לחיים פארגעקומען אין חצר אינדרויסן פון בית המדרש.


דורכאויס די טאג האט דער ראש ישיבה באשיינט א רייע מסיבות ומעמדים לטובת מוסדותיו הקדושים. שפעטער נאכמיטאג האט מען געדאווענט מנחה און מעריב אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יעקב מאיר פיגא, און געפראוועט דעם ציבור לעצה ולברכה פאר עטליכע שעה. אזוי אויך איז דער ראש ישיבה אנגעקומען צום מעמד כתיבת האותיות אויף די ספר תורה וואס איז נעכטן אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ''ד דחסידי באבוב 45 אין שטאט לעיקוואד, וואו ער איז מכובד געווארן אריינצושרייבן א אות אינעם ספר תורה.


ארום זיבן אזייגער איז דער ראש ישיבה אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבה בית מדרש גבוה ד'לעיקוואד, וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בתורה והוראה, בפלפולי דאורייתא וחדוותא דשמעתא.


דערנאך ארום א פערטל נאך זיבן איז דער ראש ישיבה ערשינען אין ביהמ"ד הגדול דקהל לב מנחם די לעיקוואד קאממאנס שוהל, וואו עס איז געווען פארזאמלט טויזענטער לומדים ומבקשים, וואס זענען געקומען זיך קאכן בריתחא דאורייתא. דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א טיפזיניגע שיעור און דערנאך ממשיך געווען מיט גאר רייכע דברי חיזוק לאור המצב בארצינו הקדושה.


צווישן אנדערע האט דער ראש ישיבה איבערגעגעבן ווארעמע חיזוק וואונטשן פונעם זקן ראשי הישיבות מרן הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכע דער ראש ישיבה האט ספעציעל געשיקט מיטן חשובן גאסט לקראת זיין ארויספארן קיין אמעריקע.


היינט מאנטאג צופרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד קהל מאור חיים אין לעיקוואד, און באשיינט נאך א רייע מסיבות און באנקעטן לטובת די מוסדות. אין די יעצטיגע נאכמיטאג שעות געפונט זיך דער ראש ישיבה אונטערוועגנס קיין פלארידע, וואו עס וועט פארקומען נאך א רייע מסיבות און מעמדים לטובת די מוסדות.

















































Comments


bottom of page