top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סאטמארע חסידים באוויינען פטירה פון הרה"ח ר' משה הערש רייזמאן ע"ה מקורב במלכות סאטמאר

דאנערשטאג פ' מצורע • י' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


פילע סאטמארע חסידים האבן נעכטן באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון הרב החסיד ר' משה הערש רייזמאן עליו השלום, מיקירי חסידי סאטמאר, און נאנטער מקורב ביי הרה"ק בעל 'ברך משה' מסאטמאר זי"ע, וועלכער איז נפטר געווארן נעכטן פארטאגס אין עלטער פון בלויז דריי און זעכציג יאר.


ר' משה הערש איז געוועהן א זוהן פון הרה"ח ר' משה יודא רייזמאן ע"ה און א איידעם ביי הרה"ח המפורסם ר' מאיר שטיין ע"ה, שוין אלס בחור איז ער אויפגענומען געווארן אלס משמש בקודש זייענדיג דער סאמע ערשטע הויז בחור ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע אין די בראשית יאהרן תיכף נאכן איבערנעמען די הנהגה בשנת תש"מ, אויך אין די שפעטערדיגע יאהרן נאך זיין חתונה איז ר' משה הערש געוועהן פון די גאר נאנטע און געטרייע שטוב מענטשן, וואו ער איז געטשאנען געטריי ארויסצוהעלפן אין יעדע הינזיכט, צו דעם אלעם איז ער געוועהן אן עוסק בצרכי ציבור ובנאמנות, און א איש חסד וואס האט פארמאגט א גאלדענע הארץ. במיוחד האט ער ארויגעשטארט מיט זיין אומאויפהערליכע עסקנות לכל קדשי בית סאטמאר.


ער האט איבערגעלאזט נאך זיך א שיינעם דור קינדער און אלע חשובע עסקנים עוסקים בצרכי ציבור, די לוויה איז פארגעקומען נעכטן דאנערשטאג פארמיטאג פארנט פון ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג, וואו כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז ארויסגעקומען צו די לוי' און באגלייט בראש המלווים, עס איז נישט געוועהן קיין הספדים צוליב חודש ניסן, און קורצע דברי פרידה איז געהערט געווארן פון הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו מנאמני בית כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) וועלכער האט זיך געזעגענט בשם די משפחה.


Comments


bottom of page