top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם באזוך פון האד' מויז'ניץ אין בית שמש לרגל חנוכת הבית פון נייעם בנין הת"ת 'ישועות משה' וויז'ניץ

מיטוואך פ' וישב • כ"ג כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן דינסטאג פארמיטאג איז מרן האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א אנגעקומען צום עיר ואם בישראל בית שמש אויף א באזוך אינעם נייעם בנין התלמוד תורה 'ישועות משה' דחסידי וויז'ניץ, לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם פרעכטיגן בנין הת''ת.


אנקומענדיג אויפן ארט האבן מקבל פנים געווען די קינדער פון די עלטערע כיתות ווי די רבי שליט"א האט זיך צוגעקוקט אויף די ילדי חמד מיט גרויס הנאה און קורת רוח. מען האט געזינגען ניגוני הכנה און דערביי האט די רבי שליט"א קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם נייעם בנין התלמוד תורה, דערנאך זענען די הונדערטער ילדי החמד דורך כבני מרון מקבל זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א. נאכן קביעת מזוזה האט די רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים אין א זייטיגע שטוב אינעם תלמוד תורה וואו די רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן עטליכע עסקנים מיטגלידער אין די שטאטראט וועלכע האבן אסאך ארויסגעהאלפן פארן אויפבוי פונעם בנין התלמוד תורה, שלוחא דרבנן ר' יעקב טעסלער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א באריכט איבער די עבודת הבנייה, די רבי שליט"א האט משמיע געווען מדברות קודשו און זיך ווארעם באדאנקט פאר אלע עוסקים ומסעיים במלאכת הקודש אוועקצושטעלן דעם בית גדול שמגדלין בו תורה ותפילה, און פארטיילט א פלעשל שמן זית פאר אלע משתתפים.


עס האט נאכגעפאלגט מיט א מעמד חנוכת הבית פארן נייעם פראכטפולן בנין התלמוד תורה אין די זאל אוהל פייגא מיט די השתתפות פון די הונדערטער ילדי התלמוד תורה, אינצווישן איז די רבי ערשינען אינעם היכל הישיבה קטנה ווי די רבי שליט"א האט זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים ביים סדר און געשמועסט מיט די ראשי הישיבה איבער די סדרי הלימודים אין די ישיבה, דערנאך האט די רבי משמיע געווען שיחת קודש פאר די בחורים, אין געליינט א כוללות קוויטל מיט די נעמען פון אלע תלמידי הישיבה.

דאן איז די רבי ערשינען צום מעמד חנוכת הבית ווי די תינוקות של בית רבן האבן ענטפאנגען דעם רבי'ן בשירה וזמרה, די מנהל הרב יצחק אייזיק רובין האט מקבל געוועהן פני הקודש מיט טרעפליכע ווערטער אין איינע פון די מלמדים האט אויפגעטראטן מיט דברי חרוזין לכבוד המאורע, דאן האט מען געהערט דברות קדשו פון רבי'ן שליט"א, און די רבי האט פארטיילט א סדר הדלקת נרות חנוכה פאר אלע קינדער, צום שלוס זענען די קינדער דורך מקבל זיין ברכת הקודש.















































bottom of page