פרייטאג פ' בלק • י"ג תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
טויזנטער סאטמארער ביזנעסלייט און סוחרים האבן דעם מיטוואך מיטגעהאלטן דעם העכסט געלונגענעם ״זה מזה ביזנעס עקספאו״ וואס האט צונויפגעברענגט העכער 350 עקזיביטערס און טויזנטער באזוכער סאטמארע חסידים אין עמך אידן פון איבער גרעיטער ניו יארק.
עס איז היי-יאר געווען די דריטע יאר נאכאנאנד פון אפרעכטן אזא סארט מאסיווע יריד וואס נעמט צונויף אונטער איין דאך די טויזנטער סוחרים, ביזנעס אייגנטומער און קליענטן צוגלייך, וואס קומען מאכן ביזנעס צווישן זיך און הייבן די היימישע לאקאלע עקאנאמיע, זייענדיג מקיים דעם "וחי אחיך עמך" אויפ'ן שענסטן פארנעם.
די עקספאו איז צום דריטן יאר נאכאנאנד אפגעהאלטן געווארן אינעם גיגאנטישן ניו זשערסי קאנווענשאן סענטער אין עדיסאן ניו דזשורזי, ארגאניזירט אין צוזאמארבעט פון קהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג און התאחדות אברכים וועלכע האבן אריינגעלייגט שווערע כוחות צו געבן די מעגליכקייט פאר די חסידים צו רעפּרעזענטירן אין צו פארברייטערן זייער ביזנעסער.
אינעם זאל זענען געווען אויסגעשטעלט הונדערטער סטאנציע'ס וואו די די סוחרים האבן פארגעשטעלט זייער סערוויסעס אין ביזנעסער, אין עס איז געווען א מחזה הוד מיטצוהאלטן דאס אחדות און ברידערליכקייט, און בעיקר דאס רעספעקט וואס יעדער האט אפגעגעבן איינער צום צווייטן, קיין שום מושג פון קאנקורענט האט נישט עקזיסטירט.
אין לויף פונעם טאג זענען אפגעהאלטן געווארן פארשידענער דרשות אין לעקציעס מיט ווערדפולע אין תוכנדיגע אינפארמאציע וואס קען צונוץ קומען אינעם טאג טעגליכן לעבן אינעם עולם המסחר, ווי אויך האבן זיך געשטעלט מניני שחרית אין מנחה אין עס איז סערווירט געווארן א רחבות'דיגע נאכטמאל פארן ברייטן ציבור. באזונדער האט מען אינטערעסע אויסגעהערט די טרעפליכע דרשה דורכ'ן נואם בחסד עליון, הרה"ג רבי מרדכי שיף שליט"א, וועלכער האט ברייט אויפגעוויקלט דעם נושא פון מסחר בהלכה ואגדה, און דעם ריכטיגן בליק וואס אן ערליכער איד האט ביים ארויסגיין אויף פרנסה.
דורכשפרייזנדיג די הונדערטער סטאנציעס האט באזונדער ארויסגעשיינט די סטאנציע פון די פרעסטיזשפולע סאטמארע צייטונג "דער איד", וואס האט צום היי-יעריגן עקספאו געברענגט א רירנדער חידוש צום טיש, פארטיילנדיג פאר די טויזנטער באזוך אן אריגינעלע קאפיע פון "דער איד" פון פרשת כי תצא תשל"ט, די וואך נאכ'ן התסלקות לגנזי מרומים פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע. ווי באקאנט ביי סאטמארע חסידים איז יענעם מיטוואך שופטים, עטליכע טעג נאכ'ן הסתלקות זונטאג שופטים, נישט ערשינען א צייטונג, ווי עס ווערט ערווענט אויפ'ן פאדערשטן בלאט א וואך שפעטער א התנצלות אז צוליב'ן שווערן טרויער און ביטערן בראך האט זיך די רעדאקציע זיך נישט געקענט צאמקלויבן און ארויסגעבן א צייטונג, און א וואך שפעטער הערשט איז ערשינען א ספעציעלע פארגרעסערע נומער, לויט די מושגים פון יענע יארן, מיט א פולע רעפארטאזש פון די לוי' און די ימי אבל, וואס די גאנצע פולע צייטונג איז יעצט לכבוד דעם עקספאו פריש אפגעדרוקט געווארן און פארטיילט געווארן אין טויזנטער עקזעמפלארן, שטייענדיג שוין נישט לאנג אפגערוקט פון די 45 הילולא קדישא.
コメント