top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות אלפי ישראל ביי התעוררות'דיגע מעמד הדלקה דורך הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א

זונטאג פ' בחוקותי - ל"ג בעומר • י"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


א ציבור עצום פון אריבער 10,000 אידן האבן זיך נעכטן מוצאי שבת פארזארמלט אויף די גאסן פון רמה ד' בית שמש ביים התעוררות'דיגע מעמד ההדלקה אין שפיץ פון המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, וואו מען האט פאר לאנגע שעות זיך געקאכט בתורת הרשב"י און מיט א טיפע קשר צום רבונו של עולם. בנועם לשונו האט דער משפיע אויפגעפלאמט די אידישע הערצער לאביהם שבשמים, און מעורר געווען כלל ישראל לתשובה ולתיקון המעשים, זייענדיג מתפלל למען חולי ישראל און פאר ישועות ביי גאנץ כלל ישראל בפרט איבער די יעצטיגער שווערע מצב אין ארץ ישראל. הימל שפאלטענדע קולות וברקים האט זיך געהערט פונעם גאנצן ציבור ביים אויסשרייען מיטן משפיע יבטל כל הגזירות דערנאך י"ג מידות של רחמים און שמע קולנו וואס האט אפגעהילכט עד לב השמים, און זעלטן פרייליכע און לוסטיגע טענץ ביים אנצינדן די מדורה לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.


די גרויסע מעמד הדלקה האט זיך אנגעהויבן כחצות הלילה ווען דער משפיע איז אנגעקומען פון ירושלים וואו ער האט געוויילט שבת און אנגעהויבן די ווארימע ניגונים און דברי התעוררות ווי זיין שטייגער, עס איז שוין געוועהן נאך 3:30 פארטאגס ווען הרה"צ רבי אלימלך האט אנגעצינדן די מדורה לקול תרועת הזמר.


אינמיטן די מעמד ההדלקה האט די פאליציי אויסגערופן אז די שטח דארף ווערן אויסגעליידיגט, צוליב דעם וואס עס איז דא א חשש סכנה. נאך וואס דער ציבור האט זיך צושפרייט האט מען ווייטער ממשיך געווען די מעמד בשמחה און התעוררות עד אור הבוקר. ארום 4:00 פארטאגס האט די פאליציי געארדענט די עסקנים אפצושטעלן די מאורע צוליב אומפארשטענדליכע זיכערהייט סיבות. די מעמד איז געוועהן א געהויבענער איבערלעבעניש פאר אלע משתתפים אנשים ונשים טף, און צוגאב צו די רבבות אלפי ישראל וואס האבן מיטגעהאלטן די מעמד הדלקה לעבעדיג, ברענגענדיג א געוואלדיגע און אומבאשרייבליכע התעוררות ביי גאנץ כלל ישראל.




















































3 Comments


נישטא אויף וועימען צו האבן די שאלה, נאר אויף די ארומיגע מענטשן וואס האבן אים נישט פארשיקט פון דארט מיט בישות.

Like


איינער קען ביטע מסביר זיין וויאזוי ביי די הדלקה האט בן גביר ראש המשטרה געקענט דארט זיין

ואין פוצה פה ומצפצף

רבותי זיינע משטרה האבין געשלאגען און גערצחט אונזערע היימישע ברידער אין אתרא

קדישא מירון מיט די גרעסטע רציחה

ער קומט צו אונז צי ווייזען אז ער איז נאנט מיט אונז

גיי אוועק די שייגעץ '''' די רוצח ''' אונז ווילמיר די נישט קענען

Like
bottom of page