מיטוואך פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהודה פרקוביץ
א שיינעם מעמד קביעת מזוזה און חנוכת הבית איז פארגעקומען נעכטן פארן מעון הקודש לקבלת קהל פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא אלעד שליט"א, וואס איז געבויעט געווארן אינען בנין ביהמ"ד הגדול נדבורנא אין אלעד. די מעמד איז געוועהן אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א און זיינע ברודער כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א און כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ביתר שליט"א וועם די רבי האט מכבד געוועהן צו קובע זיין די מזוזות אינעם נייעם דירה בבנין ביהמ"ד. עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים רבתי און ביהמ"ד וואו מען האט געטרינקען לחיים לכבוד המאורע.
Commentaires