דינסטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט שאק און שוידער ווערט אויפגענומען די שרעקליכע נייעס איבער א שענדליכע ארעסט וואס די ציוני'סטישע רשעים האבן דורכגעפירט אויפ'ן גאון וצדיק כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א, וועלכער ווערט דערווייל ליידער פארהאלטן הינטער די טורמע גראטעס אין ארץ ישראל, וספר תורה שרוי בצער.
די פרשה גייט צוריק עטליכע חדשים ווען דער רב שליט"א איז נתכבד געווארן דורך איינער פון די מעריצים צו ליינען די כתובה ביי די חתונה פון א קינד, וואס איז פארגעקומען אין ניו יארק, גארנישט וויסנדיג אז די טריפה'נע ציוני'סטישע ראבינאט האט פארבאטן צו מאכן די חתונה צוליב א געוויסע סכסוך.
יעצט ווען דער רב שליט"א איז געפארן קיין ארץ ישראל, איז ער פארהאלטן געווארן אין לופטפעלד ביים זיך גרייטן צו רייזן אהיים, און מיט א פרעכע חוצפה ועזות אריינגעשליידערט געווארן אין תפיסה פאר'ן איינציגן חטא פון ליינען די כתובה ביי א חופה וואס איז געשטעלט געווארן כדת משה וישראל, ושלא כדת די רבנות הראשות הידועים לשמצה.
כלל ישראל איז פאראייניגט אין א קאמף צו איבערקערן וועלטן און מרעיש זיין תבל ומלואה אויף די גיכע און באלדיגע באפרייאונג פונעם רב שליט"א מאפילה לאורה.
Comments