top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת: הרבנית שלעזינגער ע"ה אשת הגאון ר' שמואל עקיבא יפה שלעזינגער שליט"א גאב"ד שטראסבורג

מיטוואך פ' חוקת • ד' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

ברוך דיין האמת: אין ירושלים איז היינט נפטר געווארן בשיבה טובה הרבנית הצדקנית מרת שרה שלעזינגער ע"ה אשת חבר הגאון רבי שמואל עקיבא יפה שלעזינגער שליט"א גאב"ד קהילות החרדים אין שטראסבורג וואס איז נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון ניינציג יאהר.


די נפטרת איז געווען א טאכטער פון הגאון רבי חיים צבי קרוגער זצ"ל אב"ד בריסל ומראשי אגודת הרבנים אין אמעריקא, צוזאמען מיט איר גרויסן מאן יבלחט"א האט זי אויפגעשטעלט דורות ישרים מבורכים תלמידי חכמים מופלגים ובעלי צדקה וחסד וועלכע גייען אינעם אויסגעטראטענעם וועג, ובראשם איר גרויסן זון הגאון הצדיק רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א אבד"ק שערי תפילה אין מאנסי ומגדולי המשפיעים אין ניו יארק, לאנגע יאהרן האט די נפטרת זוכה געווען מחנך צו זיין בנות ישראל לתורה ותעודה דינענדיג אלס מחנכת רבות בשנים..


די לוי' גייט ארויס היינט 6:30 נאכמיטאג פון איר שטוב אויף רח' סורוצקין אין ירושלים צום הר המנוחות ווי זי וועט קומען לקבורה.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות

Comentarios


bottom of page