top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מוסדות וויזשניץ לאנדאן שליסט מקח אויף בנין רחבת ידים אין שטאט ענפיעלד פאר ישיבה גדולה

מיטוואך פ' מקץ • א' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס שמחה און התרגשות האבן חסידי וויזניץ ברחבי תבל און תושבי לאנדאן בפרט ערהאלטן די פריידיגע בשורה, אז הנהלת מוסדות וויזשניץ לאנדאן האט אונטערגעשריבן קאנטראקט אויף א גאר פרייליכע מקח אפצוקויפן א בנין רחבת ידים אין שטאט ענפיעלד, פאר די ישיבה גדולה בית ישראל דחסידי וויזניץ אין לאנדאן.


די היסטארישע מקח וועלכער ציעט זיך שוין פאר עטליכע חדשים, האט אצינד אנגעהויבן פארווירקליכט צו ווערן, נאך וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א האט געלאזט וויסן דעת קדשו ארויסצופירן די ישיבה גדולה אויסער די שטאט, גענוי ווי זיין פאטער הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע האט געטון בשעתו, ארויסצופירן די ישיבה קיין גיבערס ווייט אוועק פון די רוישיגע גאסן און די שטאטישע טומל.


די ישיבה איז אצינד סטאנציאנירט אין א געדונגענע לאקאל אין די ברוס גראוו געגנט אין לאנדאן, וואס געפונט זיך געציילטע מינוט צו פארן פון די סטעמפארד הילל געגנט. אצינד איז אפגעקויפט געווארן א הערליכע אכסניא פאר די ישיבה אין ענפיעלד, וואס איז ארום א האלבע שעה צו פארן פון סטעמפארד הילל, און געפונט זיך ממש נעבן די באקאנטע ענפיעלד בית החיים וואו עס ליגן באערדיגט גדולי עולם און אסאך תושבי עיר לאנדאן הבירה.


די זכות שם הבנין איז אפגעקויפט געווארן דורך הנגיד הרוצה בעילם שם און וועט גערופן ווערן לשמו ולזכרו פון הרה"ק רבי יהודה'לע מדזיקוב זי"ע, וואס מנוחת כבודו געפונט זיך הארט קעגן איבער די נייע בנין הישיבה אין ענפיעלד.


נעכטן דינסטאג נאכמיטאג די פיפטע לעכטל חנוכה, האט מען אין א מזל'דיגע שעה אונטערגעשריבן קאנטראקט, און אין די נאנטע וואכן ערווארט מען צו גענצליך פארענדיגן דעם היסטארישן מקח, און דערנאך זיך נעמען צו די ארבעט אהערצושטעלן א פראכטפולע בנין הישיבה, לשמחת לב אלפי חסידי וויזשניץ איבער די גאנצע וועלט, און חסידי וויזשניץ לאנדאן בפרט.


אין אנדערע נייעס גרייט מען זיך אויף א געהויבענע מעמד בין כותלי הישיבה וואס וועט פארקומען מארגן נאכט זאת חנוכה, בראשות דער נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן, מעמד כבוד התורה און סיום מסכת פסחים, וואס איז געלערנט געווארן דורכאויס די פארלאפענע יאר מיט גרויס התמדה. בין כותלי ישיבה קטנה וויזשניץ לאנדאן איז פארלאפענעם מוצאי שב"ק פארגעקומען די מעמד כבוד התורה און סיום מסכת פסחים, אין שפיץ פונעם וויזשניצער רבי'ן שליט"א וועלכער האט משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לכבוד די מעמד.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין






bottom of page