וחסידים ברינה יגילו • שיינע רעבישע חתונה פארגעקומען בחצר הקודש פאפא
- בחצרות הקודש

- 9 בנוב׳ 2023
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש

מיט גרויס שמחה והתרוממות איז נעכטן אפגעהאַלטן געווארן די חתונה הגדולה בחצר הקודש פאפא די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, אין איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראזשניץ שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"ח ר' יוסף גדלי' מאנדל שליט"א מחשובי חסידי פאפא אין מאנסי.
די קבלת פנים איז פארגעקומען אין די זאלן פון כתר צבי, מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, אין מיט דברי כיבושין האט אויפגעטראטן הרב משולם לעווי שליט"א ר"מ בישיבה קטנה פאפא. מען איז געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון כתר ריזל.
די חופה איז פארגעקומען תחת כיפת השמים פארענט פון די בנין התלמוד תורה. כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א זיידע פונעם חתן איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א זיידע פון די כלה, ברכות ראשונות די זיידע כ''ק האדמו"ר מסטראזשניץ שליט"א, אין ברכה אחריתה די זיידע הרה''ח ר' אהרן פריעדלענדער. מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א רקידה, אין דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן דעם גאנצן ציבור ברכות לרוב. נאכן חופה איז די רבי ארויף צום ייחוד שטוב אין אנגעוואונטשן די חתן כלה. עס האט נאכגעפאלגט די סעודת החתונה אין די ריקודין של שמחה, ווען אינדערצווישן זענען אנגעקומען צענדליגע אדמור''ים ורבני העיר שליט"א. צווישן זיי די שוואגער כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א אין כ''ק האדמו''ר מפאפא בארא פארק שליט''א מיט וועם די רבי שליט''א איז געטאנצן באזונדער. עס איז שוין געווען קרוב לחצות הלילה ווען הרה"ח ר' שמעון כ"ץ ראש ישיבת פאפא האט געבענטשט ברכת המזון. מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן די פעטער'ס אין קרובי המשפחה ברכה אחריתה הגה''צ אבד"ק לימינוב שליט"א. דערנאך איז פארגעקומען די גרויסע מצוה טאנץ. עס האט אויסגערופן דער בדחנא דמלכא מוה"ר מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו. צום ערשט האט ער אויפגערופן די זיידע די פאפא רבי שליט''א, איידערן צוטערטן צו די עבודת הריקודין האט די רבי שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש נאך די ריקודין איז די רבי געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיט בנו הגה''צ רבי פנחס חיים אין א באזונדערע ריקוד מיט אלע קינדער אין אייניקלעך.
דערנאך האט מען אויסגערופן די אנדערע זיידעס האדמו"ר מסטראזשניץ, הרה''ח ר' אהרן פרידלענדער, הרה"ח ר' יוסף גדלי' מאנדל שליט"א, הרה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי, אין צום שלוס חתן כלה.






















































תגובות