דאנערשטאג פ' חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש
גרויס פרייד הערשט ביי חסידי ומעריצי בית טרעבישאן, ווען אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן מאסיווע פלענער אויפצובויען א נייע קריה נאמנה פאר תלמידי וחסידי טרעבישאן אין די רמה ד' געגנט אין בית שמש, וואו עס וועט אויפגעשטעלט ווערן די הויפטקוואטיר פון קהילות ומוסדות טרעבישאן תחת נשיאתו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט"א.
דער טרעבישאנער רבי שליט"א, א זון פון כ"ק אדמו"ר בעל נועם ישראל מקרעטשניף קרית גת זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, פירט שוין אן זיין שיינעם הויף עטליכע יאר אין שטאט בית שמש, אין צוגאב צו א מוצלח'דיגע ישיבה פאר בחורי חמד, וועם דער רבי טוט דערהייבן בדרכי התורה והחסידות.
אצינד איז געמאלדן געווארן די דראסטישע נייעס פון הרחבת גבולי הקדושה, אז אין די נאנטע צוקונפט וועט דער רבי שליט"א זיך אריבערצוציען צו די נייע רמה ד' געגנט אין בית שמש, וואו עס איז געגעבן געווארן דורך די שטאטראט א ריזן שטח מיט פלאץ פאר גענוג הייזער, אין צענטער מיט א גרויסע היכל בית המדרש היכל הישיבה און אלע באדערפענישן, און מען האפט אין די נאנטע טעג אנצוהייבן מיט די פאקטישע בוי פלענער, צו זעהן דעם נייעם חקריה נאמנה פארווירקליכט אין א מזל'דיגע שעה.
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.
Comments