top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באשיידענע מעמד יציקת הבורות פאר נייע מקוה מפוארה בתוככי בנין ביהמ"ד הגדול באבוב-45

מיטוואך פ' תזריע • ב' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש


דעם פארלאפאנעם וואך דינטסאג פ' שמיני צופרי איז כ"ק האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען אויפן שטח הבני' פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק וואו עס זענען געוועהן פארזאמלט א ענגע קרייז נדיבים בעם צו א מעמד יציקת הבורות פון די נייע פראכטפולע מהודר'דיגע מקוה וואס בויעט זיך בתכוכי הבנין החדש. ווארטענדיג אויף די ערשיינונג פונעם רבין שליט"א זענען די נדבנים ארומגעגאנגען און זיך אומגעקוקט אויף די שנעלע פארשריט להשלמת הבנין.


די רבי שליט"א איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' איטשע טריעגער שליט"א, א גרויסע מומחה בעניני מקוואת, די רבי האט געהערט א באריכט איבער די טעכנישט דעטאלן פון די גרויסע מקוה אזוי אויך איבער די ספעציעל חשובע הידורים אין הלכות מקוואות וואס זענען אריינגעלייגט געווארן אין די נייע בורות.


דאן האט די רבי שליט"א געגאסן די יסודות פאר די פרעכטיגע הערליכע מקוה מפוארה ומהודרת לטהרתן של ישראל, און מכבד געוועהן די אנוועזנדע נגידים צו גיסן. דערנאך איז מען ארויס אין א ריקוד אויף די ניגון אמר רבי עקיבא…מה מקוה מטהר… נאכן גיסן די יסודות פאר די פיר בורות המקוה, האט די רבי שליט"א פארלאזט די מעמד איבערלאזנדיג ברכת קדשו פאר די חשובע נגידים וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן סכומים אדירים צו האבן חלק אין דעם ריבוי הטהרה וואס וועט ארויסקומען פון די מקוה.


נאכן מעמד יציקת הבורות איז הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א אנגעקומען אין באגלייטונג פון א חבורה יונגעלייט וואס זענען יעצט עוסק אין לערנען הלכות מקואות און זיי האבן אינאיינעם איבערגעשמועסט די אלע חומרות און הידורים וואס מען האט איינגעפעדימט לויט די פסקים פונעם הייליגן 'דברי חיים' זי"ע אין די פלענער פאר די נייע מאסיווע מקוה, דערנאך האט די רב שליט"א געגעסן צעמענט פאר די בורות המקוה.














bottom of page