פרייטאג פ' וארא • כ"ג טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט געפילן פון התרגשות גרייטן זיך חסידי מחנובקא בעלזא בארצות הגולה צו מקבל פנים זיין דעם אורח נשגב, מלכם ומאורם, כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, וועלכער גרייט זיך אונטערצונעמען א בליץ באזוך קיין לאנדאן און דערנאך א לענגערע נסיעה קיין ניו יארק וואו דער רבי וועט באזוכן צווישן די קהילות הקודש דחסידי מחנובקא בעלזא אין אמעריקא.
די הויכפונקט פון די נסיעה וועט זיין די היסטארישע שבת בשלח - שירה וואס דער רבי וועט פראווענען אויף א געהויבענע פארנעם אין שטאט וויליאמסבורג, לרגל די חנוכת הבית פון נייע בית המדרש דחסידי מאחנובקא בעלזא אין שטאט, וואס איז א אריבער א פולשטענדיגע רענאוואציע און אויסברייטערונג, מיט די בליה און וואוקס פון די קהילה.
דער רבי שליט"א וועט פארלאזן ארה"ק זונטאג פ' בשלח באנאכט אויף א קורצע בליץ באזוך קיין לאנדאן הבירה, ווא דער רבי וועט באשיינען די חתונה פון א יתום וואס קומט פאר זונטאג נאכט אין לאנדאן, מאנטאג און דינסטאג וועט זיין זמני כניסה פאר די חסידים תושבי העיר בקודש פנימה, און דינסטאג נאכט וועט דער רבי ממשיך זיין מיט די נסיעה קיין ניו יארק.
מיטוואך וועט דער רבי באשיינען ביי א שבע ברכות פון החתן א זוהן פון הרב החסיד ר' משולם יאקאבאוויטש הי"ו, קביעות'דיגע בעל האכסניא פונעם רבי'ן שליט"א אין וויליאמסבורג. במשך די וואך וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן ביקורי כבוד ביי די אדמור"י ורבני העיר, און דער הויכפונקט וועט זיין דער שבת המתאחדת, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גרויסן פארנעם אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, גענוי צוויי יאהר נאך יענעם שבת שירה תשפ"ג וואס דער רבי האט געפראוועט אין שטאט מאנסי, זייענדיג ווידער א געלעגנהייט פאר די חסידים מריחוק מקום זיך מסתופף צו זיין ביים רבי'ן אויף שבת שירה, וואס איז ווי באקאנט געווען א גרויסע שבת אין בעלזא.
דורכאויס די געהויבענע מסע הקודש וועט דער רבי שליט"א אויך ארויפגיין לבתי נדיבים בעם אויפצוטרייבן גרעסערע סכומים לטובת די מאסיווע פראיעקט צו פארענדיגן די בוי ארבעט ביים גרויסן בית המדרש, דעם רבינ'ס בית המדרש אין שטאט בני ברק, וואס האלט שוין אצינד אין די לעצטע פאזעס פון איר אויפבוי לשם ולתפארת.
לויט די יעצטיגע פלענער וועט דער רבי פארבלייבן אין ניו יארק ביז נאך חמישה עשר בשבט, און פראווען א גרויסן טיש לכבוד ראש השנה לאילנות בקרב חסידיו אין אמעריקא, דאנערשטאג פ' יתרו וועט דער רבי פארלאזן ניו יארק אויפן וועג אהיים קיין ארץ ישראל.
הנה ימים באים.
Bình luận