קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- בחצרות הקודש

- 26 ביולי 2024
- זמן קריאה 4 דקות

דאנערשטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
האד' הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן מתורת חכם איז עוסק בתורה מיט בנו הצעיר הרב יעקב מנחם מארגנשטערן וויילנדיג אויף דאטשע אין גליל.

הרב שמעון וואלף קליין משב"ק האד' מבעלזא אין א טיפע שמועס מיט הרב בנציון שטאנגער משב"ק האד' מוויז'ניץ אין דאוואס שווייץ וואו מען האט דורכגעטוהן ענינים העומדים ברומו של עולם.

הרה"צ רבי יוסף ברייאר שליט"א בן האד' מבאיאן ביים גרויסן חתונה די וואך אין לאנדאן אינאיינעם מיטן פעטער הרב ישראל אברהם ברייאר שיחי' ברודער פון האד' מבאיאן.

ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים שמחת הבר מצוה לבן מקורבו העסקן הרב ישראל ציצינסקי הי"ו.

האד' ממבקשי אמונה קעגן דעם ציון הק' פונעם הייליגן אור החיים הק' זי"ע בעצם יומא דהילולא, וואו די רבי האט מתפלל געוועהן מריחוק מקום זייענדיג א כהן.

די וואך אין די קאנטרי האט ר' יודא פאקסמאן באקאנט אלס דער 'ציצית רבי' געצייגט פאר האד' מפאפא אלע ערליי סארט ציצית אין וואס ער איז עוסק.
דער בארימטער שריפטשטעלער הרה"ח ר' יוסף מאיר האס הי"ו ביי א שיחת חסידים מיט די זקני חסידי סערט וויז'ניץ אין אמעריקא וועלכע האבן אויפגעשעקט פון זייערע זכרונות שטייענדיג ערב די הילולא קדישא פונעם פריערדיגן רבי'ן כ"ק אדמו"ר בעל חכמת אליעזר מסערט וויז'ניץ זצ"ל.

הרב שלום בער פישל מראשי ק"ק סקווירא אויף א באזוך ביים נייעם ביהמ"ד הגדול 'טאלנא' אין אשדוד אין באגלייטונג פון האד' מטאלנא.

ליל שישי פארברענג ביים שמחת הוואכט נאכט לנכד העסקן ר' חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו אין די הרי הקאנטרי.

הרב שמעון וואלף קליין משב"ק האד' מבעלזא אויף אפרוה צווישן די שווייצע בערג.

העסקן הרב מנחם גשייד הי"ו אין א דביקות'דיגן מאמענט בעת דער מצוה טאנץ פון מורו ורבו גאב"ד מאקאווא שליט"א ביי די חתונה פון אן אייניקל פאריגע וואך.

ראשי הקהילה, גבאים און עסקנים לבית וויז'ניץ ביים שבע ברכות לכבוד די שמחה בבית הרה"ח ר' יוסף שארף הי"ו מראשי העסקנים בחצר הקודש וויז'ניץ.

המשפיע הרה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א אויף א באזוך די וואך בביתו נאווה קודש פון הרה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זיע"א אויף בעיקערטאון אין קרית יואל וואו דער רב האט מעיין געוועהן אין די היסטארישע בילדער פונעם רבי'ן זי"ע וויילנדיג אין קרית יואל באחרית ימיו.

הנגיד רבי יואל לאנדא הי"ו אויף א באזוך במעונם פון די גדולי ישראל בארה"ק לכבוד די הכתרה פון הרה"ג ר' יחיאל חיים ליבערמאן שליט"א אלס רב ביהמ"ד היכל התורה אור החיים אין ירושלים מיסודו פונעם נדיב ר' יואל שיחי'.


האדמו"ר מוויען בסוד שיח מיט האדמו"ר מפיטסבורג במקום הנופש אין דאוואס שווייץ.

האד' מצאנז קלויזנבורג איידער תפילת שחרית בביתו נאווה קודש אין טאמס ריווער נעבן לעיקוואד וואו די רבי וויילט די טעג אויף אפרוה.

האד' מצאנז ביים אנטוהן די יארמולקע פון הרה"ק משינאווא זי"ע פאר נכדו החתן איידערן ארויסגיין צום חופה.

הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים ביים פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק מטאלטשאווא זי"ע אויפן בית החיים אין צפת בעצם יומא דהילולא.

אינעם חסידישן כולל אין לאס אנזשעלעס האט 'קרישקעס' באמערקט האד' מדושינסקיא ביי תפילת שחרית כאחד האדם, איינע פון די טעג די וואך ביים רבינס באזוך אין שטאט לטובת מוסדותיו.

מרן האד' מוויז'ניץ שליט"א ביים ארויפשטייגן דעם פליגער צום מקום הנופש אין חלדודנא ענגלאנד.

לעצטע הכנות צום הילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע וואס געפאלט דעם שבת פ' פנחס, הונדערטער אידן זענען ערווארטעט אויף דעם שבת הילולא אינעם בנין הכנסת אורחים שע"י הציון אין שטאט לודמיר - אוקריינע.

די ברודער האד' מליעזש לאנדאן און הגה"צ אב"ד עבודת הלב ליעזש ביי די שבעה אין ירושלים נאך די פטירה פונעם ברודער הגה"צ רבי שלמה מייזעלס זצ"ל אבד"ק חברת ש"ס לאנדאן.

העסקן הרב יואל ישראל זופניק יושב ראש ארגון 'טובה וברכה' בקודש פנימה ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטנבוך שליט"א.

האדמור"ים מביאלא אין סערט וויז'ניץ ביים אנטהון די ציצות פארן בשותפות'דיגע אייניקל ביים מעמד חאלאקע די וואך אין חיפה.

המשגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א ביים שמחת הברית פאריגע וואך פון אן אייניקל ביי הנגיד ר' רפאל הערצקא הי"ו מגדולי תומכי תורה.

האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי ביים קביעת מזוזה אינעם נייעם זומער הויז פון הרב שמעון גרינוואלד הי"ו נאמן בית אין יד ימינו פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל אין די עירמאנט געגענט.


האד' מסערט וויז'ניץ באגריסט הרה"ח ר' מנחם אליעזר מאזעס הי"ו שלוחא דרבנן נאכן עצרת הספד ככלות השלושים לפטירת האד' מקאסוב זצ"ל אין ירושלים.

א שיין פארצייטיש בילד פון האד' מסערדאהעלי ביים פארלערנען א שיעור פאר די בחורים אין מחנה סערדאהעלי אין די קאנטרי.

האד' מקאפיטשניץ אין א באגעגעניש מיט האד' מבלאזוב ריבאטיטש ביים קבר רבי מאיר בעל הנס.

דער בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער אין א באגעגעניש מיט האד' מסקווירא מאנסי ביי א שמחה די וואך.

די הערליכע לעדערנע ספר הק' נועם אלימלך וואס איז פארטיילט געווארן ביים דינער די וואך פאר די תומכים פון מוסדות בוהוש, מיט א הקדשה בכתב ידו פונעם רבי'ן שליט"א.

מאסיווע ארבייט אין קרית טאהש צו גענצליך איהערמאכן די גאסן, גייט אהן מיטן פולן שוואנג.
א ברכת מזל טוב פאר הרה"ג ר' עמרם שפירא הי"ו משמש בקודש מרן גאב"ד ירושלים בעל "שערי טוביה" זצוק"ל, לרגל היכנס בנו לעול תורה ומצות למזל טוב.
א ברכת מזל טוב פאר העסקן ר' חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו לרגל הולדת הנכד למזל טוב.
א ברכת מזל טוב פאר הבה"ח זרח כהנא הי"ו משב"ק האד' מספינקא בית שמש לרגל זיין שידוך שליסן שעה טובה ומוצלחת מיט הכלה בת הרה"ח ר' משה לאבין הי"ו.








תגובות