בשורה טובה: ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא אהיימגעקומען פון שפיטאל נאך סוקסעספולע אפעראציע
- Bechatzros admin
- 27 באפר׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 27 באפר׳
זונטאג פרשת טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט גרויס דערלייכטערונג ווערט אויפגענומען די בשורה טובה ומשמחת אין די עולם התורה, אז מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א איז בחסדי שמים אהיימגעקומען פון שפיטאל. ווי באקאנט איז דער ראש הישיבה אפגעפירט געווארן אין די מעייני הישועה שפיטאל נאכן אומפאלן פארלאפענע מיטוואך שפעט אויפדערנאכט אינדערהיים, פרייטאג אינדערפרי האט מען דורכגעפירט א אפעראציע אויף די היפן ביין, די פראצעדור איז בחסדי שמים דורך מיט הצלחה צום צופרידנהייט פון די דאקטוירים, און דער ראש הישיבה איז פארבליבן איבער שבת אין שפיטאל אויף אבזערוואציע. אויף שבת איז אריבער געברענגט געווארן א ספר תורה צום שפיטאל צימער און א מנין תלמידים האבן דארט אפגעראכטן די תפילות.
היינט זונטאג פארמיטאג נאך א זיצונג דורך די דאקטוירים, איז דער ראש הישיבה באפרייט געווארן פון שפיטאל למעונו אין בני ברק וואו ער וועט זיך ערהוילן בסייעתא דשמיא, און צוביסלעך צוריקקומען צו די כוחות, צו ווייטער פארשיינען דעם דור, און משפיע זיין מאור תורתו וצדקתו פאר לאנגע געזונטע יאהרן.
כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לקיים בנו חכמי ישראל, פארן חיזוק הכוחות און אריכות ימים פונעם ראש הישיבה מרן אפרים דוב בן דבורה, לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.
תגובות